דובאַי – פארשידענע אראבישע לענדער האבן נעכטן רעאגירט צו די נייעס אז פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעווארפן סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן, און בעיקר האט מען געהערט לויב און צופרידנהייט פאר טראמפ אז ער איז פטור געווארן פון טילערסאן. די אראבישע לענדער האבן זיך נישט גוט פארשטאנען מיט טילערסאן, און זיי האבן נישט געהאט קיין גוטע צוזאמענארבעט מיט אים, נאכדערצו ווען עס איז געקומען צו דער אישו פון אזעלכע לענדער ווי איראן און קאטאר, וועמען די אראבישע לענדער, אין פירערשאפט פון סאודי אראביע און די יונייטעד אראב עמירעיטס, האבן בלאקירט עקאנאמיש. אצינד אז טילערסאן איז ארויס, ווייסן די לענדער אז זיי וועלן האבן א מער-אפענעם אויער אין וואשינגטאן. איראן האט, פון דער אנדערע זייט, געזאגט נעכטן, אז טילערסאן’ס ארויסווארפונג צייגט, אז טראמפ זוכט טאקע עכט אפצושאפן דעם איראן דיעל.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.