ארטיקלען און געדאנקען

ברויט – פון א בוי-אונטערנעמערישן פּערספּעקטיוו

“א גוט מארגן.”
“גוט מארגן, גוט יאר!”
“וויפיל קאסט א ברויט?”
“פינף-און-זיבעציג דאלאר.”
“אקעי. און ווען קען איך דעם ברויט האבן?”

“אין דריי וואכן.”

אט אזוי וואלט עס געווען, ווען אונזערע דעוועלאָפּערס וואלטן געהאלטן דעם מאָנאָפּאָל אויך אויפ’ן ברויט-מארקעט.
און דער חשבון איז באמת זייער פּשוט. קודם כל, דאס ברויט. קויפסט א ברויט, דארפסטו דערפאר באצאלן. ניין?
פיין. יעצט, דאס ברויטל, פארשטייסט נישט, דארף נאך געבאקן ווערן. איז, באצאל יעצט פאר’ן ברויט – לכל-הפּחות אַן איינגאבע גיב אהער – און ווען עס וועט אין א גוטער שעה אפּגעבאקן ווערן, וועסטו עס קענען אפּנעמען.

דאס ברויט אליין קאסט בערך דריי דאלאר. אבער דו מוזט דאך מיר באצאלן פאר’ן מעל אויך. ניין? כ’מיין, איך דאך יעצט קויפן מעל און וועל עס טאן מיט דעם געלט וואס דו גיסט מיר. און וואס טוט זיך מיט דער עלעקטריציטעט וואס דער אויוון פארנוצט? דאס געלט מוז דאך פון ערגעץ-וואו קומען!

וואס, דו ווילסט נישט באצאלן פאר מיינע אויסגאבן פון אפּבאקן דעם ברויט? קיין פּראבלעם. כ’האב גענוג מענטשן וואס שטייען און ווארטן אויף ברויט. נאַדיר צוריק דיין איינגאבע און גיי דיר פון דא געזונטערהייט.

יא, ווען איך רעד פון מעל, מיין איך אויך דעם שטייער וואס דאס קאסט. דער שטייער איז נישט אריינגערעכנט אינעם אריגינעלן פּרייז. דאס זעלבע פאר’ן עלעקטריציטעט. האסט שוין אמאל געזען א קאָן-עדיסאָן בּיל? יא? ווייסטו דאך אז ס’זענען פאראן שטייערן אויך.
*
מיט זיבן וואכן שפּעטער. דאס ברויט איז, נאך א פארלענגערונג פון נאך פיר וואכן ברוך השם פארטיג געווארן. דער מענעדזשער פון דער בעקעריי פארבינדט זיך מיט מיר, אז דער אייגנטומער האט אים באאויפטראגט צו ענדיגן מיט מיר דעם ברויט-מקח.

איך קום אראפּ צו דער בעקעריי, און זע ליגן אויפ’ן טיש אַן איינגעדאַרט שלוש-סעודות בילקעלע.

“שוין. גיבזשע, זיי מוחל, אהער 125 דאלאר, און לאמיר קלאָוזען אויפ’ן ברויט.”

“הונדערט-פינף-און-צוואנציג דאלאר? מיר האבן דאך געשמועסט פון פינף-און-זיבעציג דאלאר!”

“דאס איז עס, יונגערמאן. האסט א ברירה צו צאלן און גיין מיט’ן ברויט, אדער נישט באצאלן און גיין פון דא אָן דעם ברויט – און אָן דיין אריגינעלן דעפּאַזיט!”

“אבער דאס דאך בכלל נישט פון וואס מיר האבן גערעדט! דאס איז א ברויט? ניטאמאל איז דאס גענוג צו מעגן דערויף בענטשן על-פּי הלכה! און בכלל – דאס ‘ברויט’ איז דאך אפילו נישט געהעריג אויסגעבאקן. איך קען דאס נאכנישט עסן ווי עס שטייט און גייט.”

“הער אויס: איך קען נישט מאכן קיין באשלוסן, ווייל איך בין נישט דער אייגנטומער. מיין פּאזיציע דא איז צו פארטרעטן ר’ ראובנ’ען, דעם בעל הבית פון בעקעריי, מיט’ן ענדיגן דעם מקח. איך קען דיר נישט העלפן.”

– – – –

לאמיר, טייערע אידן, אפּגעבן א שבח והודי’ פאר’ן בורא כל עולמים, אז די בוי-אונטערנעמערס זענען דערווייל פארנומען בלויז מיט בויען הייזער…

איבערן שרייבער

שמואל שטערן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.