וואשינגטאן – נעכטן איז אויפגעדעקט געווארן, אז דזשעראד קושנער, דער אידישער איידעם און ראטגעבער פון פרעזידענט טראמפ, האט פארלוירן זיין צוטריט צו די האקעלסטע סודות און קלאסיפייד אינפארמאציע פון דער אמעריקאנער רעגירונג, וויבאלד די עף-בי-איי קען דערווייל נישט באשטעטיגן פאר אים א פולקאמע “סעקיוריטי קלערענס”.
קושנער האט פארלוירן זיין צייטווייליגע ערלויבעניש צו קוקן קלאסיפייד אינפארמאציע, נאכדעם וואס דער ווייסער הויז שטאב–הויפט, דזשאן קעלי, האט איבערגעמאכט און שטרענגער געמאכט די סעקיוריטי קלערענס פראצעדורן אין ווייסן הויז. אצינד איז נישט קלאר וויאזוי קושנער וועט טאן זיין דזשאב, אלס נאענטער ראטגעבער צום פרעזידענט, יעצט אז ער האט נישט צוטריט צו דער וויכטיגסטער אינפארמאציע.
באזונדער איז נעכטן באריכטעט געווארן, אז באאמטע פון 4 לענדער האבן אין די לעצטערע מאנאטן דיסקוסירט צווישן זיך סטראטעגיעס וויאזוי זיי קענען מאניפולירן און לייגן דרוק אויף קושנער, דורכ’ן נוצן דעם פאקט אז ער איז אזוי פארוויקלט אין אויסלענדישע אינוועסטמענטס. אט דער פאקט איז טאקע געווען איינע פון די סיבות פארוואס קושנער האט נישט געקענט באקומען ביז יעצט א געהעריגן סעקיוריטי קלערענס.