פיאנגיענג – פארשער פון די “פייער-איי” טעכנאלאגיע גרופע זאגן, אז זיי האבן אנטדעקט א נייע העקעריי גרופע וועלכע רופט זיך “ריעפער”, און זיי גלייבן אז די קאמוניסטישע צפון קארעא שטייט אונטער דער גרופע. לויט די פארשער, האט די ניי-פארמירטע העקעריי גרופע אנגעהויבן דורכפירן העקעריי אטאקעס אין יאפאן, וויעטנאם און אין עטליכע מיטל מזרח לענדער, וואס צייגט אז צפון קארעא ברייטערט אויס זייערע העקעריי אטאקעס, אנשטאט ווי ביז יעצט ווען זיי פלעגן נאר צילן אמעריקע, ענגלאנד און ענליכע מערב וועלט לענדער. די פארשער זאגן, אז זיי האבן פארשידענע באווייזן פארוואס זיי האלטן אז די “ריעפער” איז צפון קארעא, הויפטזעכטליך דער פאקט אז די העקערס צילן דרום קארעא ביזנעסער וועלכע האבן ביז נישט לאנג צוריק געהאט ביזנעס פארבינדונגען אין צפון קארעא.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.