וואשינגטאן – דאס ווייסע הויז האט נעכטן געמאלדן, אז פרעזידענט טראמפ שטיצט א ניי געזעץ, וועלכע וועט פארשטערקערן די עקזיסטירנדע גאן קאנטראל געזעצן, אין שאטן פון דער מאסיווער שולע שיסעריי אין פלארידע, וואס די נייעס איז אויפגענומען געווארן פאזיטיוו איבער’ן גאנצן לאנד, קומענדיג נאך אזויפיל יאר פון מאסן שיסערייען און קיין שום שריט פון דער פעדעראלער רעגירונג אויפ’ן געביט פון גאן קאנטראל.
אין א סטעיטמענט, האט ווייסע הויז ווארטזאגערין סערע סענדערס געזאגט, אז “דער פרעזידענט האט גערעדט צו (רעפובליקאנער) סענאטאר דזשאן קארנין, איבער אן אומפארטייאישן ביל וואס ער און (דעמאקראטישער) סענאטאר ביל מורפי האבן שוין עטליכע מאנאטן צוריק אויפגעברענגט, צו פארשטערקערן “בעק-גראונד” אונטערזוכונגען פאר מענטשן וואס ווילן קויפן גאנס, און דער פרעזידענט שטיצט דעם ביל.
די נייעס קומט נאכדעם וואס מען האט געהערט אז פרעזידענט טראמפ האט אין לויף פון די לעצטע פאר טעג גערעדט מיט געסט אין זיין מאר-א-לאגא רעזארט אין פלארידע, און זיי געפרעגט מיינונגען איבער גאן קאנטראל, וואס דאס האט געגעבן אנצוהערן אז דער פרעזידענט וויל עפעס טאן איבער דער אישו. דערווייל איז אבער נישט קלאר, צי ס’איז דא דערפאר גענוג שטיצע אין סענאט און אין קאנגרעס.