מאסקווע – די פאפולערע און שטארק-באנוצטע “אינסטעגראם” ווידעא און בילדער אנליין-פלאטפארמע, האט זיך געבראכן פאר פארלאנגען פון דער רוסישער רעגירונג, צו בלאקירן געוויסע ווידעאס און בילדער וועלכע פראפאגאנדירן קעגן דער רוסישער רעגירונג. וולאדימיר פוטין לויפט אצינד פאר ווידערוויילונג, און די רוסישע רעגירונג האט אונטערגענומען א העפטיגן קאמפיין צו צענזורירן סיי וועלכע אנליין מאטעריאל וואס ווערט פארשפרייט קעגן פוטין, דורכ’ן פאפולערן אפאזיציע פיגור אלעקסיי נאוואלני. רוסלאנד האט עטליכע וואכן צוריק געסטראשעט “פעיסבוק”, וואס “אינסטעגראם” באלאנגט פאר זיי, אז זיי וועלן גענצליך בלאקירן צוטריט צו די סערוויסעס אין גאנץ רוסלאנד, אויב וועלן זיי זיך נישט צושטעלן צום פארלאנג צו צענזורירן נאוואלני’ס אנטי-פוטין פראפאגאנדע, און אצינד האט זיך “אינסטעגראם” געבראכן און וועלן צענזורירן לויט די פארלאנגען פון פוטין. “יוטוב” האט זיך אבער נאכנישט געבראכן פאר פוטין’ס פארלאנגען.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.