ניו יארק – אכמעד ראכימי, דער טעראריסט וועלכער האט דורכגעפירט די טשעלסי באמבארדירונג אין יאר 16′, איז נעכטן פאראורטיילט געווארן צו עטליכע טערמינען לעבנסלענגליכע טורמע. ראכימי האט אונטערגעשטעלט א פרעשור-קוקער באמבע ביי א מארש אין ניו דזשערסי אין סעפטעמבער יאר 16′, און אפאר שעה שפעטער האט ער אונטערגעשטעלט א פרעשור-קוקער באמבע אינעם טשעלסי געגנט אין מאנהעטן, פון וועלכע דרייסיג זענען פארוואונדעט געווארן, און ער איז געכאפט געווארן א פאר טעג שפעטער אין ניו דזשערסי, נאך א שיסעריי אויסטויש מיט פאליציי אפיצירן.
ראכימי, אן אפגאנער-געבוירענער אמעריקאנער בירגער, האט אין געריכט נעכטן געזאגט אז ער האט נישט “קיין שנאה קעגן קיינעם”, אבער זיין פאטער האט פונקט נעכטן געגעבן אן אינטערוויו, אין וועלכע ער האט באצייכנט זיין זון פשוט און פראסט אלס “טעראריסט”.
פון: דער איד