וואס געשעט ווען א דרייווערלאזע קאר באקומט א טיקעט? א גוטע פראגע.
אט אזא אינצידענט האט זיך אפגעשפילט אין א געגנט אין קאליפארניע, ווען אן אפיציר האט דערזען א קאר פארן זייער שטאטליך, אויפהאלטנדיג די טרעפיק, אבער ווען דער פאליציאנט האט זיך דערנענטערט צו דעם אויטא און געוואלט דערגיין פארוואס דער דרייווער
פארט אזוי שטאט, איז ער געווארן איבערראשט ווען ער האט געזען אז ס’איז נישט דא קיין דרייווער ביים רעדל נאר איז גאר א דרייווערלאזע קאר.
דער פאליציאנט האט נישט געגעבן קיין טיקעט פארן אויטא, אבער האט זיך יא פארבינדן מיט די גוגל פירמע און באריכטעט דעם אינצידענט.
די פירמע האט ערקלערט אז די, סיבה פארוואס די אויטא איז געפארן אזוי שטאט איז וויבאלד די קאר איז געווען אנגעשטעלט עס זאל פאר אויף 24 מייל פער שטונדע צוליב זיכערהייט סיבות. אבער די פירמע האט אין די זעלבע צייט נישט אינאכט גענומען אז די קאר איז געפארן אין א געגנט וואס דער אפציעלער ספיד לימיט איז 35 מייל פער שטונדע.
גוגל האט שוין אין די לעצטערע מאנאטן און פארגאנגענע יארן ארויסגעשיקט פילע דרייווערלאזע קארס, וואס האט שוין דערגרייכט צו דעם צאל פון איבער 1.2 מיליאן מייל, און דער אינצידענט איז פון די איינצעלנע וואס האט ביזדערווייל פאסירט.