“דער אלטער מאן איז געווען באוואוסטלאז, און געמורמלט מיט די מויל אומקלארע זאצן, ס’האט זיך געפאדערט מען זאל אויפברעכן די טיר, ער האט שנעל גערופן אן אמבולאנס, אבער די רוף גייט נישט דורך… “

שמועס מיט הרב לוי פריעדמאן, א שליח חב”ד אין פלארידע, איבער די “האריקעין אירמע נאכווייען,” וויאזוי מען האט זיך געספראוועט? און וואס האט מען געטון צו העלפן די וואס האבן געדארפט הילף?

אידישער ווינקל: א שיינעם דאנק פארן אראפגעבן פון אייער צייט, לאמיר גראד גיין צום שמועס. ביטע שטעלט אייך פאר, וואו איר וואוינט, און וואס איר טוט?

רבי לוי: מיין נאמען איז לוי פריעדמאן, איך בין א שליח אין א חב”ד צענטער אין FIU (פלארידע אינטערנאציאנאלע יוניווערסיטי) אין מיאמי, וואס איז איינס פון די גרעסטע יוניווערסיטיס אין אמעריקא, מיר האבן דארט א בית חב”ד פאר סטודענטן.

חב”ד שליח הרב צוקער אויף א מיסיע אינאיינעם מיט די נעשענעל גארד.

אונזער בית חב”ד איז אין מיאמי, אבער נישט אין די אידישע געגנט, עס איז בערך א האלבע שעה צו פערציג מינוט אוועק.

דאס איז הינטער מיין הויז. דאס זעט מען איבעראל, געפאלענע ביימער…”
דער חב”ד שליח טיילט מיט בילדער וואס ער האט גענומען, מיט די אידישער ווינקל ליינער באזע.

אידישער ווינקל: וואס איז די מצב יעצט אין פלארידע? קענט איר געבן א שטיקל אפהאנדלונג, וויפיל אומגעקומענע עס זענען דא, ווי האלטן די וואסערן? און וועלכע געגנטער זענען שוין נישט אונטערן וואסער?

רבי לוי: די מצב אין פלארידע איז אזוי, די וואסער איז דורכגעגאנגען אין דרום פלארידע זונטאג, און ב”ה אז די צענטער פון די האריקעין איז נישט געקומען קיין מיאמי, ווי מען האט ערווארטעט, נאר עס איז געגאנגען צו מערב. קיין מיאמי איז נאר געקומען וואסער פאר עטליכע שעה און ווען די האריקעין האט זיך געענדיגט נאך עטליכע שעה איז די וואסער גראד אוועקגעגאנגען.

רוב וואסער זענען געקומען צו דאונטאון פלארידע וואס איז בערך 20 מינוט פון דא און איז נעבן די וואסער. די בילדער וואס מען האט געזען פון די וואסער, אין די צייטונגען און אין די נייעס, ווי די וואסער פליסט אין די גאסן, איז נאר געווען פאר אפאר שעה, אבער פאר די האריקעין האבן זיי שוין אויסגערייניגט די סוער סיסטעם וועלכע ארבעט זייער אויף א גוטע פארנעם, און דאס אויסגעליידיגט, אזוי אז די וואסער איז אריין, און זיך זייער שנעל אויסגעליידיגט.

היינט מיטוואך זענען עטליכע אומגעקומען אין א היים פאר אלטע מענטשן, בשייכות מיטן האריקעין אבער ביים האריקעין גופא מיין איך איז נישט געווען קיין פאטאליטעטן.

אידישער ווינקל: ווי זענען יעצט אלע אידישע איינוואוינער. איז מען שוין צוריק אין די הייזער?

רבי לוי: די אידישע קהילה דא איז אויסגעשפרייט איבער די גאנצע דרום פלארידע, און יעדע קהילה האט זיך זייערע אומבאקוועמליכקייטן, די עיקר איז אז אסאך מענטשן האבן נישט קיין עלעקטעריק.

וועגן צוריקומען, אסאך מענטשן זענען שוין צוריק דא, אסאך זענען בכלל געבליבן, און אסאך זענען נאכנישט צוריק. די וואס זענען צוריק מוטשענען זיך, נישט האבנדיג קיין עירקאנדישן, עס איז זייער הייס דא אין מיאמי.

“די קינדער פון הרב לוי פריעדמאן, ביים זיך האלטן פארנומען אן עלעקטעריק, קאלירנדיג צום שיין פון פלעשלייטס.

אידישער ווינקל: איז שוין דא שולע/ישיבה פאר די קינדער?

רבי לוי: דערווייל נישט, עס הייבט זיך אן מארגן אי”ה, לויטן פלאן.

אידישער ווינקל: זעט מען די חורבנות פון די האריקעין אין די געגנט וואו איר וואוינט?

רבי לוי: יא, מען זעט א פוסטקייט, קיינער ארבעט נישט געהעריג, געשעפטן זענען פארקנאקט, און ווייטער אויף די גאסן זעט מען אראפגעפאלענע צווייגן, איבערגעדרייטע ביימער, און אזוי ווייטער.

אידישער ווינקל: אידן האבן שאדן געהאט זאכן?

רבי לוי: די עיקר שאדן איז מסתם געווען אז מענטשן האבן נישט געהעריג געארבעט פאר א וואך צייט, אבער קיין ערנסטע דעמעדזשעס האט מען נישט געהאט – איך רעד יעצט דא אין מיאמי.

גאר אסאך מענטשן זענען נאכנישט צוריק, און זיי ערווארטן צו טרעפן חורבנות, די וואס האבן שיפן אדער גרויסע געבויעטע זאכן אונטערן הויז ווי טאראסעס און טישן, רעכענען זיך מיט שאדן, אלזא עס איז נישט פונקטליך יעצט וויפיל, אבער יעדער וועט זיכער שפירן האריקעין אירמע.

אידישער ווינקל: וויפיל געלט האט חב”ד גענוצט צו העלפן די אידישע איינוואוינער? און וואס האט מען אלס געטון זיי צו העלפן?

קינדער פון חב”ד רב הרב יואליש גאנז, ביים העלפן מענטשן פון גאר יונגווייז אן.

וויפיל עס האט געקאסט פאר חב”ד ווייס איך נישט פונקטליך, אבער נישט ווייניג, מען האט געטון אסאך, צווישן זיי האט מען געמאכט און צוגעגרייט אסאך עסן, פאר די וואס האבן נישט קיין עלעקטעריק, איך ווייס אז ביז נעכטן נאכט האט מען שוין געהאלטן ביי כמעט 12,000 פארציעס (אריינגערעכנט קאסטבארע פראדוקטן ווי פלייש) וואס מען האט צוגעשטעלט פאר משפחות.

העכער 85 חב”ד געביידעס, ישיבות, און צענטערן זענען געווען אפן פאר מענטשן, צו אריינקומען, זיך אפקילן, נעמען עסן, ריטשארדזשן די פאונס און דעווייסעס, טרונקען א קאווע, און סיי וועלכע געברויכן.

אויך זענען געווען אדרעסן פון עלטערע מענטשן צו וועמען מען האט אפגעשיקט עסן 3-4 מאל א טאג, וויסנדיג אז זיי קענען זיך נישט באהעלפן.

עס איז דא א ריזיגער קהילה בערך א שעה און אהאלב פון וואו איך וואוין, פאר עלטערע רעטייערטע מענטשן, און זיי האבן דארט פארלוירן די עלעקטעריק, וואס קען מיינען סכנות נפשות, איז האט חב”ד אהינגעשיקט מענטשן קלאפן אויף יעדן טיר, צו פרעגן אויב מען דארף סיי וועלכע הילף.

מען לערנט פלייסיג, צום שיין פון די לעכט…
הרב לוי פריעדמאן לערנט מיט זיין זוהן יעקב, דורכאויס האריקעין אירמע.

 

אידישער ווינקל: די חב”ד הייזער זעלבסט זענען באטראפן געווארן פון די האריקעין?

רבי לוי: די חב”ד הויז אין נעיפלס האט געליטן א שווערע קלאפ, און אין קי-וועסט ווייס איך נישט צו די שליח חב”ד און זיין פאמיליע זענען שוין צוריק.

אידישער ווינקל: האט איר שאדן געהאט סיי וואס אין די האריקעין?

רבי לוי: כ’האב געדארפט אויסליידיגן אלעס פון מיין רעפרידזשערעיטאר, און פריזער, און א צוים צווישן מיר און מיין שכן איז געגאנגען פייפן, אבער חוץ פון דעם האב איך גארנישט געליטן ערנסט.

מיר זענען שוין איבער א וואך אין גלות ווי אימיגראנטן… ביי גוטע פריינט.

אידישער ווינקל: עפעס אינטערסאנט וואס איר האט צוגעזען?

רבי לוי: אינטערסאנט איז צו זען די אחדות וואס הערשט דא, יעדער העלפט זיך, שכנים וואס לעבן נישט אין גוטן זענען דא זיך צו שטיצן און ארויסהעלפן מיטאמאל, דאס איז זייער שיין צו קענען זען. און נאך א אינטערסאנטער זאך. וואס כ’האב מיטגעהאלטן איז אז איינע פון די שליחים אין וועסטן פלארידע האט נעכטן נאכט געדארפט חתונה מאכן דארט אין וועסטן, און האבן נישט געקענט צוליב די האריקעין, און מאנטיג האבן זיי ארויסגעשיקט א מודעה אז עס וועט זיין אין א אנדערע שטאט, און קורץ דערנאך האבן זיי געטוישט צו א דריטער שטאט, און צום סוף כאטש וואס מען האט נישט געוואוסט ווי שיין די חתונה וועט זיין, איז דאס געווען גאר שיין, עס זענען געקומען גאר אסאך געסט פון ארץ ישראל, מאנכע זענען אנגעקומען ממש צו די חופה, און אסאך זענען אנגעקומען ממש צום סוף חתונה צוליב די אלע דילעיס, אבער עס האט געהאט גאר א פרייליכער הרגש נאך אלס וואס מען איז דורכגעגאנגען.

איר דארפט הילף?
חב”ד רב הרב לוי יצחק קורץ ביים אריינקלאפן טיר ביי טיר, אין א געגנט ווי עס וואוינען רעטייערטע לייט, אנטראגנדיג הילף.

אידישער ווינקל: קענט איר דערציילן איבער עפעס וואס האט אייך געמאכט עמאציאנאל?

רבי לוי: עס איז זייער עמאציאנאל די גאנצע דורכגאנג, כ’האב נישט א ספעציפישע זאך, אלעס אינאיינעם איז אזוי רירנדיג.

אידישער ווינקל: קענט איר דערציילן עפעס וואס איר האט געהערט אדער מיטגעלעבט, און האט אין זיך אנגעצויגענע מאמענטן?

רבי לוי: געוויס אין אזא צייט איז דא פון אלעם. כ’האב געהערט פון הרב משה וואלוואווסקי, דער חב”ד שליח אין באוקע, אז ער איז געגאנגען פון טיר צו טיר אין סענטרעל ווילעדזש געגנט אין באוקע, און קלאפנדיג אויף איין טיר מיט א מזוזה האט ער געהערט שטילע מורמלערייען “איך בין דא!” אבער קיינער האט נישט געעפנט. נאך עטליכע אנגעצויגענע מאמענטן האט ער באוויזן צו אויפברעכן די טיר, און ער האט געפונען א אלטע מאן אויסגעצויגן אויף דער ערד.

מיט די לעצטע כוחות האט דער מאן געמורמלט “איך ליג שוין אזוי איבער א טאג, און איך שפיר ווי איך גיי אויס!” רבי משה האט פארפאניקטערהייט גערופן די אמבולאנס און עמערדזשענסי אגענטורן, אבער די נומערן זענען נישט געווען אין סערוויס, אלעס איז געווען אויסגעשאלטערט, איז רבי משה האט געהאלפן דעם איד זיך אויפשטעלן, אים געגעבן וואסער און צוביסלעך צוריקגעברענגט די קאליר אויף זיין געזיכט, און זיכער געראטעוועט זיין לעבן.

אידישער ווינקל: האט מען באקומען הילף פון אידן אין אנדערע שטאטן?

רבי לוי: זיכער, אזויפיל, מען קען רעדן און שרייבן ביכער. ממש יעצט זענען אנגעקומען צוויי ריזיגע טרעקטאר-טרעילארס מיט פולע עסן. עס איז ממש געווען גראס אין עטליכע שטעט (ווי נעיפלס, און דזשעקסענוויל) ווי מען איז אויסגעלאפן פון כשר’ע עסנווארג, און אלעס וואס איז יא געבליבן איז געווארן פארשימלט צוליב די עלעקטעריק פארשליסונג, עס זענען דא אנגעקומען א גאנצע גרופע פון הצלה פון ברוקלין, און אזוי ווייטער.

טישן מיט עסנווארג צוגעשטעלט פאר די פאמיליעס וואס קענען נישט קאכן צוליב נישט פארמאגן קיין עלעקטעריק.

אידישער ווינקל: איז דא וואסער אין די הייזער געהעריג?

רבי לוי: כ’האב פריער גערעדט צו א סטודענט אין די יוניווערסיטי וואו איך בין שליח, ער איז צוריקגעקומען צו זיין אפארטמענט, ער האט עלעקטעריק אבער נישט קיין וואסער. אסאך האבן עלעקטעריק אבער נישט וואסער, און אנדערע פארקערט.

אידישער ווינקל: אויב וויל עמיצער שיקן געלט, אדער אנבאטן הילף, ווי זאל מען זיך ווענדן?

רבי לוי: מען זאל ארויפגיין דא.

אידישער ווינקל: פיין, א גרויסן דאנק; השי”ת זאל האלטן זיין רעכטע האנט.

נעמט אינאכט: די אינטערוויו איז מערסטנסטייל געשריבן געווארן אנהויב וואך, ווען אסאך אינפארמאציע איז נאכנישט געווען אזוי קלאר, דעריבער קענען געוויסע פראגעס אויסקוקן ווי אלטע נייעס. נעמט דאס מיט פארשטענדעניש.

כי כעמך ישראל: בחורים פון חב”ד ישיבה אין בעל הארבער גייען ארום מיט פארציעס פלייש און אנדערע עסנווארג, עס טראגנדיג צו נויטבאדערפנדע.

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.