אריזאנע – א שרעקליכער העליקאפטער קראך האט נעכטן פאסירט, אין וועלכע 3 זענען אומגעקומען און 4 האבן וואונדערליך איבערגעלעבט און זענען ארויסגעראטעוועט געווארן. דער אינצידענט האט פאסירט ביי די גרענד קעניאן פעלזן-בערג, וועלכע לויפן דורך עטליכע סטעיטס, אריינגערעכנט אריזאנע און קאליפארניע, און די 7 זענען געפארן אויף א העליקאפטער פון דער “פאפיליאן גרענד קעניאן העליקאפטערס” פירמע וועלכע שטעלט צו טוריזם רייזעס העכער די וואונדערליכע שיינע פעלזן-בערג.
דער העליקאפטער האט אראפגעקראכט נעבן דעם “קווארטערמעסטער קעניאן” בארג, וואו עס עקזיסטירט די הואלאפיא שבט, און איז באלד אויפגעגאנגען אין העלישע פלאמען. די הואלאפיא פאליציי און פייערלעשער האבן רעאגירט צום קראך, און האבן גלייך באשטעטיגט 3 פאטאליטעטן, אבער זיי האבן באוויזן צו ראטעווען 4 פאסאזשירן, וועלכע זענען אפגעפירט געווארן מיט שטארקע וואונדן צו לאקאלע שפיטעלער.
קרעדיט: דער איד