ניו יארק – א רוטינע טעסט וואס די “נאציאנאלע וועטער סערוויס” האט דורכגעפירט, האט געברענגט אז אומצאליגע ניו יארק סיטי איינוואוינער, אינאיינעם מיט פילע איינוואוינער אין אנדערע סטעיטס, האבן באקומען נעכטן א פאלשע ווארענונג איבער אן אנקומענדיגע צונאמי.
דער טעסט איז דורכגעפירט געווארן אויפ’ן קאמפיוטער סיסטעם פון די וועטער סערוויס אין סטעיטס לענגאויס דעם “איסט קאוסט” אריינגערעכנט ניו יארק סטעיט, אבער די וועטער סערוויס באאמטע זענען נאכנישט הונדערט פראצענט קלאר וויאזוי עס האט פאסירט, און זאגן אז דאס האט עפעס שייכות מיט די “עקיו-וועטער”, א פאפולערע סמארטפאון וועטער “עפּפּ”.
פילע וועלכע האבן באקומען דעם ווארענונג האבן שפעטער געשילדערט, וויאזוי דאס האט זיי דערשראקן און אריינגעווארפן אין א פאניק – און דער אינצידענט קומט קוים א מאנאט נאכ’ן פאלשן מיסיל ווארענונג אין האוואאי.