ניו יארק – דער אמעריקאנער סטאק מארקעט האט נעכטן געליטן א גאר שווערן טאג, ווען דער ״דאו דזשאונס״ האט פארלוירן ארום עלף הונדערט פונקטן, און אויך אנדערע סטאק מארקעט אינדעקסעס האבן זיך געשלאסן באדייטנד נידריגער, אנהאלטנדיג די פארלוסטן אויפ’ן מארקעט וואס האט זיך אנגעהויבן פארגאנגענע וואך.
עקספערטן האבן געזאגט אז אינוועסטירער זענען באזארגט אז די עקאנאמיע שטייט גאר גוט, וואס וועט ברענגען דעם פעדעראלן רעזערוו צו הייבן אינטערעסט ראטעס. אויך זענען פארהאן פארשידענע אנדערע פאקטארן וואס שפילן א ראלע אינעם אפגעשוואכטן מארקעט, הויפטזעכטליך אז עס איז שוין סייווי געווען צייט אז די מארקעטס זאלן זיך ״פאררעכטן״, נאכ׳ן שטייגן אומאויפהערליך פאר אזוי לאנג.
ביי איין פונקט נעכטן, איז דער דאו דזשאונס געווען געפאלן מיט זעכצן הונדערט פונקטן, אבער עס האט זיך עטוואס צוריקגעכאפט, און זיך געשלאסן מיט א פארלוסט פון עלף הונדערט פונקטן וואס באדייט 4.6 פראצענט, זייענדיג די גרעסטע איין-טאג פונקטן-טראסק אין היסטאריע.
אויך אנדערע סטאק מארקעט אינדעקסעס זענען געפאלן, אריינגערעכנט דער ״עס ענד פי 500״ מיט 4.1 פראצענט און דער ״נעסדעק״ מיט 3.8 פראצענט. אלעס אינאיינעם איז נעכטן, אינעם שווערן טאג אויפ’ן מארקעט, אפגעווישט געווארן 114 ביליאן דאלאר פון דער וועלט׳ס עקאנאמיע.