א גרויסע שטורעם קומט פאר אין סאודי אראביע, נאכדעם וואס די מלוכה האט ארויסגעלייזט א 100 פראצענט שטייער אויף טאבאקאו פראדוקטן, אדער פאר רעסטוראנטן וואס שלאגן פאר צו רייכערן א ‘נארגילא’ פאר זייערע קליענטן אלס א טייל פון די מעניו.
די אויפברויז קומט וויבאלד עס איז נאך דערווייל נישט קלאר וואס איז די צוגאנג פון די מלוכה. פריער אין חודש האט די צייטונג פון די מלוכה געמאלדן אז עס וועט אריינגיין די שטייערן אין קראפט בלויז אויף טאבאקאו פראדוקטן.
אבער שפעטער האט מען צוגעלייגט אז א רעסטוראנט וואס גיבט א נארגילא אין די מעניו וועט דארפן צאלן אויף אלעס וואס זיי האבן א ריזן סומע שטייער, און אפילו אויב דער קליענט רייכערט בכלל נישט קיין נארגילא ביי זיין מאלצייט.
געוויסע האבן פארטיידיגט אז דאס איז א שריט צו פארזיכערן דאס געזונטהייט פון די בירגער, אן צו פאקטיש אסר’ן די נארגילא, און גאר גראטולירט דעם שריט.
דערווייל איז עס פונקט פארקערט פון די פארשפרעכונג פון די מלוכה אז זיי וועלן ווערן מער מאדערן, סעקולאר און פריי, און נישט אזוי ווי אלע אנדערע אראבישע מלוכות וואס מ’לאזט נישט אטעמען.
די שטורעם ווערט נאר ערגער, און די מלוכה האט דערווייל נישט רעאגירט מיט עפעס פאסיג אויף דעם געשאפענעם שטורעם.