וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ זאגט, אז דער מעמא וואס איז ארויסגעגעבן געווארן פרייטאג איבער די רוסלאנד אויספארשונג, טוט אים גענצליך ריינוואשן. טראמפ זאגט, אז פון די מעמא זעהט מען אז די גאנצע רוסלאנד אויספארשונג איז בלויז געווען א פאליטישע שפיל צו שטערן זיין קאמפיין. טראמפ זאגט אויך אז ער פארשטייט אז אפילו יעצט מיט די מעמא, וועט די אויספארשונג ווייטער אנגיין, אפילו דערווייל האט מען נישט געטראפן קיין שום קרימינאלע באווייזן קעגן אים.
דער מעמא באשולדיגט אז דער יוסטיץ דעפארטמענט אונטער אבאמא האט געעפנט דעם אויספארשונג אויפן טראמפ קאמפיין, באזירט אויפן “טראמפ דאסיער”, אן אנטי-טראמפ שמוץ-באריכט וועלכע איז פינאנצירט געווארן דורכ’ן קלינטאן קאמפיין. דער מעמא צייגט אז ווען דער יוסטיץ דעפארטמענט איז געגאנגען צום געהיימען “פייסא געריכט” צו בעטן ערלויבעניש צו שפיאנירן אויף טראמפ קאמפיין באאמטע, האבן זיי נישט דערציילט פאר’ן געריכט אז זייער ביטע איז באזירט אויפן קאנטראווערסיאלן פאליטישן דאקומענט.
נאכדעם וואס דער מעמא איז ארויסגעקומען, האט מען געהערט פון ביידע פאליטישע פארטייען קעגנזייטיגע רעטאריק. פון איין זייט האבן די רעפובליקאנער פארפירט אז דאס צייגט קלאר אז די גאנצע רוסלאנד אויספארשונג איז א שטיק שווינדל און קארופציע, און מוז זאפארט ווערן אפגעשטעלט, און פון די אנדערע זייט האבן די דעמאקראטן אין קאנגרעס געזאגט, אז דער מעמא איז געשטיקלט און פעלערהאפטיג, און זיי האבן באווייזן וואס צייגט א גאר אנדערן בילד.