ארטיקלען און געדאנקען

לאמיר אויפהערן אטאקירן מענטשן, און זיי באגראבן, מיט סאושל מידיא

שפאצירט זיך אן איידל אידל אויף דער גאס, פארזינקען אין מחשבות. די געדאנקען דרייען זיך ארום דעם שיעור וואס ער גייט צומארגנס געבן. זיין עסק איז תורה; מיט דעם איז ער פארנומען א גאנצן טאג. א גאנצן טאג און א שטיק פון דער נאכט.

ער שפאנט מער צו דער זייט פון גאס. אַן איידעלער מענטש, וויל ער איינשפּארן אנדערע מענטשן פון זיך דארפן פאר אים אפּריקן. ער שפּאנט ביי דער זייט און די אויגן זענען אים אראפגעלאזט. ער איז אן אפגעהיטענער איד. אזוי זאגט עדות זיין עבר; אזוי זאגן עדות די אלע וואס קענען אים.

פּלוצלונג שפירט ער זעץ אין קאפ. איידער ער קען זיך אריענטירן און כאפן אז דאס איז געווען א שטיין וואס איז אויף אים געווארפן געווארן מיט דער גאנצער רציחה, פילט ער פלוצלונג א שארפע ווייטאג אין ריקן. דער שטיין-ווארפער איז אים אינדערצווישן הינטערגעלאפן און אריינגעפירט א שארפן מעסער אין דער שדרה.

אומזיסט פרואווט דער איד קוקן אויף דער אנטלויפנדער פיגור צו דערגיין ווער דאס איז און וואס ער האט געוואלט. פונעם אפענעם וואונד אין קאפ שנירעלט זיך בלוט אריין די אויגן און פארשטעלט אים די זע קראפט.

דורכ’ן געדעכטן רויט האט ער יא באוויזן אויפצוכאפן יענעמס טראגע – די טיפּישע מלבושים פון א פרומען איד.

פארוואס האט ער עס געטאן, וואונדערט ער זיך אין געדאנק.

דער מוח הייבט אים אן פארנעפּלט ווערן. קוים האט ער באוויזן צו שעפשען, “בידך אפקיד רוחי,” איידער ער איז אומגעפאלן אנמאכט…

דער רוצח האט באוויזן צו אנטרינען ווערן איידער זיין קרבן האט אים באוויזן צו זען. אבער אנדערע מענטשן האבן אים יא באמערקט – שוין נאכ’ן אויספירן דעם אקט. אפּצושטעלן איז שוין נישט געווען וואס; און גלאט אזוי האט קיינער זיך נישט צו פארטשעפּען מיט א בלוט-פארגיסער.

דער מערדער איז א איד; א איד א רוצח, א רוצח און א – פחדן. לכבוד זיין פחדנות האט ער נאך באוויזן אריינצוכאפן נאך אן איסור, און נישט סתם אזוי אן איסור, נאר איינער פון די זעלטענע וואס קומט אין דער תורה באגלייט מיט א קללה ספּעציעל פאר דעם צוועק.

“פארשאלטן איז דער וואס שלאגט זיין חבר פון באהעלטעניש. און דאס גאנצע פאלק האט געזאגט – אמן.”

פארשאלטן האט אים די תורה און אויך די מענטשהייט קען אים נישט פארליידן. קיינער דולט נישט קיין טעראר און טעראריסטן וואס באהאלטן זיך הינטער א וואנט און צילעווען פון דארט אויף אומשולדיגע מענטשן.

נאר א טעראריסט פארדינט כאטש דאס, אז קיינער ווייסט נישט ווער ער איז און ער קען זיך ווייטער ארומדרייען מעשה שיינער איד. אונזער העלד איז א פּחדן וואס באהאלט זיך הינטער א גלאזערנער טיר. ער פארמאכט זיך די אויגן און שיסט, און רעדט זיך דערביי איין אז קיינער האט נישט געזען.

איז, א פחדן ביסטו און דיין ציל האסטו נישט עררייכט וכדאמרי אינשי: פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן.

אזא בארבארישער אקט ווי פארגיסן דאס בלוט פון אן איידעלן, געשעצטן איד, א ירא וחרד, א מענטש וואס ווייסט ניטאמאל וויאזוי מען טשעפּעט א צווייטן, רופט ביי מענטשן ארויס געפילן פון עקל. קיינער האט נישט ליב קיין לשון-הרע- און רכילות-טרעגער; ווער רעדט פון סתם אזוי פארגיסן ריין, אומשולדיג בלוט אין אן אקט פון רציחה לשם רציחה.

ווי קומט צו אזא מין תאווה צו א אידיש קינד?

*

מ’קען זאגן אז די אממערסטנס פארשפרייטע פארעם פון “מכה רעהו בסתר” אין אונזערע מחנות איז דאס פאבריצירן און/אדער פארשפּרייטן בלבולים אויף מענטשן – און דערביי פארבלייבן אנאנים, אז דער באטרעפנדער זאל זיך לכאורה קיינמאל נישט דערוויסן פון וואו די שמועה האט זיך גענומען.

מיט דעם ריזיגן פאָרשריט וואס די טעכנאלאגיע האט געמאכט אין דער לעצטער תקופה, איז דאס עסק נאך גרינגער געווארן. דער אינטערנעט איז געווארן אַן אינטעגראלער טייל פון דער ביזנעס-וועלט, און מערערע אינדוסטריעס זענען אויף אים אנגעוויזן אויף צו קענען פונקציאנירן.

דער אינטערנעט איז א שטח הפקר. ער שטעלט מיט זיך פאָר א ווירטואלע וועלט וואו ס’איז פאראן אלעס פון וואס א מענטש קען נאר טראכטן, אבער די מענטשן וואס באוואוינען די דאזיגע וועלט טראגן מאסקעס אויף די פּנימ’ער. אלע זענען אנאנים און אזוי לאנג ווי איר אידענטיפיצירט זיך נישט ווייסט בדרך כלל קיינער נישט אז די שלאנקע פיגור וואס שפּאנט אט דארט באלאנגט צו פלוני אלמוני.

נו, אז דער אינטערנעט איז טייל פון דער ביזנעס וועלט האבן מענטשן אים אנגעהויבן ניצן אלס מיטל צו פארשפרייטן אינפארמאציע.

און אז מענטשן האבן אים אנגעהויבן ניצן פאר אינפארמאציע, האבן אנדערע אים אנגעהויבן ניצן אויף צו פארשפרייטן לשון-הרע’ס און גלאט אזוי ליגנס.

די מורא פון א בשר ודם איז דאך נישטא; מורא שמים איז קיינמאל נישט געווען. כ’האב זיך נאך פון אלס קליין קינד גע’חלומ’ט אז ווען כ’וועל זיין א גרויסע טאטע גיי איך זיין א “קנאקער”. איז, געגאנגען: גיימער אפירקראצן פון אלע מיסט-קאסטנס כל’ערליי קאנטראווערסאלע באריכטן – מענטשן האבן דאך ליב קאנטראווערסיע – און מיט דער הילף פונעם קאמפיוטער קיבאָורד זיי אריבערפירן דא אהער, צו מיר, וואו איך בין באלעבאס.

אַי, לשון הרע, שקר, מלבין פני חבירו ברבים? נע! איך בין עפעס א קופּקע-פירער, א רכילות’ניק? כ’בין א זשורנאליסט; “דעק” די נייעס. הערסט א מעשה: און טאמאס פריעדמאן פון “ניו יארק טאַימס” מעג יא? א זשורנאליסט איז א זשורנאליסט…

איז, הער דו מיך גוט צו, געשעצטער “זשורנאליסט”. די חכמה פון זיצן אין א האלב-טונקעלן צימער און אריבערפירן אינפארמאציע פון איין וועבזייטל צו אן אנדערן מיט דער הילף פון א קאמפיוטער-קיבאָורד איז אן ארבעט פאר וועלכן מ’צאלט היינט “מינימום וועידזשעס”. דער גרעסטער אידיאט און אפילו א פיזיש-באגרעניצטער מענטש קען דעם זעלבן קונץ באווייזן.

יעצט איינמאל דאס איז קלאר קען ער שוין זיך איינציען דעם שטייפן האלז און זיך עטוואס נידערן דעם פארריסענעם קאפּ.

אבער ניטאמאל קיין מלקט איז ער. ער ווייסט דאך נעבעך אליין נישט וואס באלאנגט יא אדער נישט אהער; וואס האט שייכות צום ענין און וואס איז סתם אזוי אריינגעווארפן נאר ווייל ערגעץ-וואו אינמיטן ארטיקל ווערט דאס ווארט “דזשואיש” דערמאנט.

זשורנאליזם – נישט. חכמה – אוודאי נישט.

וואס יא? אט וואס ער איז יא, און טאקע לויט אלע מפרשים למהדרין מן המהדרין: ער איז א רוצח מיט אידיש בלוט אויף זיינע הענט – בלוט פון מענטשן וועמענס נאמען ער איז נישט ווערט צו דערמאנען.

אזוי אויך איז ער גארנישט מער ווי א פחדנ’יש יונגעלע וואס שטעקט ארויס די צונג הינטער’ן מלמד’ס ריקן.

איינצייטיג איז ער אייגנטליך נישט מער ווי א דורכפאל ווייל ער האט נישט די מוט ארויסצושטעלן זיך דעם פירצוף בפני כל עם ועדה, אין דער צייט וואס יעדער ווייסט במילא ווער ער איז.

דאס וואס ער איז יא.

אוי לך מיום הדין…


ארטיקל איז ערשינען מיט עטליכע יאר צוריק אין איינס פון די פאפולערע אידישע אויסגאבעס, און ווערט יעצט פארעפנטליכט צו די אידישער ווינקל אווערנעס קאמפיין קעגן סאושל מידיא געמיינקייטן פון ארומשיקן בילדער און ווידעא וואס פארשעמען מענטשן

איבערן שרייבער

שמואל שטערן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.