פון אלץ און אלעמען

שטודיע: מענטשן שפירן זיך נישט פארזיכערט מיט צוקנופטיגע דרייווערלאזע קארס

א שטודיע וואס די “רויטערס” נייעס אגענטור האט דורכגעפירט האט געוויזן, אז צוויי דריטל פון די אמעריקאנער באפעלקערונג זענען נישט אזוי רואיג מיט די צוקנופטיגע דרייווערלאזע אויטאס.

27 פראצענט מענטשן וואס זענען געווארן אויסגעפרעגט האבן געזאגט אז זיי זענען יא רואיג און באקוועם, מיט די דרייווערלאזע אויטאס, אבער א גרויס חלק פון די מענטשן וואס זענען אויסגעפרעגט געווארן האבן געזאגט, אז זיי זענען נישט רואיג און אז זיי וועלן זיך שפירן מער רואיג מיט א מענטשליכע דרייווער, ווי מיט א ראבאט, צו א קאר וואס וועט פארן אליינס.

אויך איז דא א גרויסע חילוק צווישן מענער און פרויען. די שטודיע ווייזט אז מענער זענען מער זיכער מיט זיך און שפירן זיך מער באקוועם דערמיט. 38 פראצענט פון מענער שפירן זיך באקוועם דערמיט, אנטקעגן 55 פארצענט וואס זענען נישט באקוועם דערמיט. ביי פרויען איז עס 16 פארצענט וואס שפירן זיך רואיג, אנטקעגן 77 פראצענט וואס זענען נישט רואיג, וואס דאס איז פילפאכיג מער א גרעסערע פראצענט ווי ביי מענער.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.