רוים – איטאליענער וועלכע זענען ברוגז אויפ’ן פארנאכלעסיגטן פאסט ליפערונג סיסטעם אין לאנד, האבן געטראפן א נייעם קרבן אויף וועמען זיך צו בייזערן, נעמליך איין ספעציפישער איינגעשטעלטער וועלכער איז דירעקט שולדיג איבער דעם וואס טויזנטער שטיקער פאסט זענען קיינמאל נישט אנגעקומען.
פאליציי אין דער שטאט וויסענזע האבן געמאלדן, אז זיי האבן אויפגעדעקט מער ווי א האלבע טאן פון פאסט, אריינגערעכנט בילס, טשעקלעך, באנק סטעיטמענטס און סתם פריוואטע קארעספאנדענצן, אינעם גאראזש פון א 56 יעריגן פארשוין, וועלכער איז איינגעשטעלט אין איינס פון די גרויסע פאסט סארטירונג צענטערן.
די שטיקער פאסט וואס ער האט געהאט אנגעזאמלט אין זיין גאראזש, איז געווען פון עטליכע יאר, און עס איז נישט קלאר פארוואס ער האט עס קיינמאל נישט אפגעליפערט, ווייל קיין איינס פון די קאנווערטן האט ער נישט געעפנט צו רויבן טשעקלעך אדער וואס. די אויטאריטעטן וועלן יעצט ליפערן די אפגעלאפענע פאסט פאר די ריכטיגע אייגנטימער.