אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

רעגירונג שאטדאון געענדיגט נאך 3 טעג

וואשינגטאן – דער שאטדאון פון דער אמעריקאנער פעדעראלער רעגירונג איז ענדליך געקומען נעכטן צו אן ענדע, נאכדעם וואס רעפובליקאנער און דעמאקראטן אינעם סענאט האבן געשלאסן אן אפמאך, וועלכע האט באפרידיגט די נויטיגע צאל סענאטארן צו שטימען אויף א צייטווייליגן בודזשעט ביל צוריקצועפענען די רעגירונג.

דער דיעל צו ענדיגן דעם שאטדאון נעמט אריין א ביל צו דעקן די רעגירונג קאסטן ביז פעברואר 8, און א פארשפרעכונג פון די רעפובליקאנער סענאט פירער דורכצופירן אן אפשטימונג איבער דער אישו פון די “דאקא” אימיגראנטן. אויך דעקט עס די קאסטן פון די “טשיפ” קינדער העלט אינשורענס פאר די קומענדיגע 6 יאר – אן אישו וואס די דעמאקראטן האבן זיך דערויף גע’עקשנ’ט.

פרעזידענט טראמפ האט אויסגעלויבט דעם סענאט פאר’ן ברענגען דעם שאטדאון צו אן ענדע, שרייבנדיג אז ער איז צופרידן וואס די דעמאקראטן זענען ענדליך געקומען צום שכל צוריקצועפענען די רעגירונג. טראמפ האט אבער געזאגט אז א ביל איבער דאקא וועט ער נאר שטיצן אויב ס’וועט זיין לטובת אמעריקע’ס אינטערעסן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.