א אמעריקאנער מאן האט געפינען א צעטל וואס איז געשריבן געווארן דורך א רוסישער קאפיטאן פאר 50 יאר צוריק, וואס איז געווען אריינעגלייגט אין א פלעשל וועלכע איז ארויפגעשווימען אויף די בארטענעס פון אלאסקע.
טעילאר איווענאף האט געטראפן די פלעשל דעם חודש אין מערב אלעסקע ווען ער האט געקליבן העלצער זיך צו קענען דערווארימען, נעבן דעם שטאט שישמעראף. “כ’האב סתם געזוכט העלצער ווען כ’האב געטראפן דעם פלעשל, און זעענדיג ווי ס’האט א צעטל אינעווייניג, האב איך עס ארויסגעצויגן מיט די הילף פון א שרויף”, פארציילט ער פאר די לאקאלע פרעסע.
איווענאף האט געבעטן מענטשן וואס פארשטייען רוסיש זיי זאלן אים טייטשן דעם צעטל, וואס א אפיציר אין די רוסישע וואסער נעווי האט געשריבן אום יוני דער 20’סטער יארע 1969.
“ווארימע גריסן פון די מאמע סולאק שיף אין די ווייטע רוסישע מזרח” שרייבט קאפיטאן אנטאלי פראקפייוויטש באטסנענקאו. ער האט צוגעלייגט זיין אדרעס און געבעטן “כ’וואונטש דיר פארן טרעפן דעם פלעשל, און בעט דיר זאלסט ענטפערן פאר אונזער שטאב. מיר וואונטשן דיר א געזונט לאנג לעבן, און א אנגענעמע רייזע” – און דא שרייבט ער דעם דאטום.
די רוסישע מידיע איז נאכגעגאנגען דעם קאפיטאן באטסנענקאו, וואס איז היינט 86 יאר אלט. באטסנענקאו איז געווען אין שפיץ פון די שיף ווען ס’איז געבויעט געווארן אין 1966 און ער איז ארויסגעפארן דערמיט ביז 1970. ער געדענקט נישט געדענקט אז ער האט אמאל געשריבן אזא בריוו, אבער זעענדיג דעם בריוו איז ער געווארן איבערגענומען און באלד געזאגט “דאס איז קלאר מיין האנטשריפט”.
ער האט געוויזן פארן שרייבער פארשידענע זאכן וואס זענען אים נאך געבליבן פון די צייט וואס ער האט געדינט אויף יענעם שיף, און ווען ממ’האט אים געזאגט אז די שיף דינט מער נישט און מ’האט עס פארקויפט פיין אייזן-שמעלצער, האט ער אויסגעבראכן אין א געוויין…