אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

כוואליע פון מיסטעריעזע מארדן באטרעפט אמעריקאנע טוריסטן אין די דאנימיקען רעפובליק רעזארט ערטער

די טוריזם מיניסטאר פון די דאנימיקען רעפובליק האט זיך באצויגן מיט גרינגשעצונג צו די מיסטעריע איבער א רייע פון מיסטעריעזע מארדן וועלכע קומען פאר אויף אמעריקאנע טוריסטן וועלכע קומען צו די הערליכע רעזארט ערטער אין לאנד.

“ס’איז נישט ריכטיג אז ס’איז דא א כוואליע פון טויטע אמעריקאנער טוריסטן” האט דער מיניסטאר פראנציסקא כאוויאר גראסייא געזאגט, “און עס קומען נישט פאר קיין שום מיסטעריעזע מארדן”.

די לעצטע יאר זענען אמווייניגסטנס 9 אמעריקאנע טוריסטן אומגעקומען אונטער פארנעפלטע אומשטענדן, וויילנדיג אין די רעזארט ערטער פון די דאנימיקען רעפובליק. עטליכע פון זיי האט מען געפינען דערשטיקט, און אנדערע האבן פלוצים פארלוירן זייער באוואוסטזיין און דערנאך געשטארבן, אריינאטעמענדיג לופט וואס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין שעדליך. אנדערע זענען געשטארבן נאכן טרינקען פון וואס מ’האט זיי סערווירט אין די האטעלן.

די אמעריקאנע מידיע האט באריכטעט איבער די פעלער און געלאזט וויסן פאר אמעריקאנער וועלכע פלאנירן צו גיין וואקאציע אין דעם דאנימיקען רעפובליק, אז זייער לעבן איז אין געפאר, האבנדיג אן אינטערוויו מיט א פארפאלק וואס איז דארט געווען און אנגעהויבן צו שפירן גאר שווערע פיזישע ווייטאגן, און נאכן אהיימקומען האט מען אנטדעקט אין זיי כעמיקאלן וועלכע זענען געמאכט צו אומברענגען אינזעקטן.

א שטאב פון עף. בי. איי. אגענטן זענען אראפגעשיקט געווארן צו די דאנימיקען רעפובליק אויסצעפארשן וואס עס קומט דארט פאר, אבער די רעגירונג דארט לייקנט אז עס געשעט עפעס, און זאגט אז אלע וואס זענען דארט געשטארבן, האבן געהאט א נאטורליכע טויט, און געזאגט אז א ‘כוואליע פון מיסטעריעזע מארדן’ איז א פשוט’ער ליגענט און זייער איבערגעטריבן.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.