אמווייניגסטנס 42 ארעסטאנטן זענען געפינען געווארן טויט מיט צייכענעס פון דערשטיקונג, אין די פיר באזונדערע טורמעס פון די שטאט מענאוס, אין די עמעזאונס פראווינץ אויף צפון מערב זייט פון בראזיל.
דאס קומט א טאג נאכדעם וואס מען האט אין איינע פון די טורמעס אומגעברענגט 15 ארעסטאנטן דורכאויס געשלעגן צווישן צווישן די באנדעס וואס זיצן אין טורמעס. דורכאויס די געשלעגן זענען פארכאפט געווארן 12 טורמע וועכטער, און טייל פון די קערפער פון אומגעקומענע ארעסטאנטן זענען פארשוואונדן געווארן.
דער אינערן זיכערהייט מינסטאר סערדזשיא מארא האט געלאזט וויסן אז ער שיקט ארויס פעדעראלע קרעפטן צו די עמעזאונס געגנט, די גרעסטע געגנט אין בארזיל, צו ברענגען קאנטראל אין די טורמעס. ער האט שוין געשיקט עטליכע באזונדערע גרופעס זיך צו ספראווען מיט די פרישע קריזיס פון לאנד, “די טורמע קריזיס”.
בראזיל איז פיל מיט גענגסטערישע און מאפיאנערישע גרופעס און דראג באנדעס, און ווען זיי זיצן אין טורמע פירן זיי אלטע חשבונות איינער מיטן צווייטן, פון ווען זיי זענען נאך געווען אויף די פריי, אזוי אז די געלערנטע אונטערוועלטניקעס ווערן שנעל אריינגעמישט אין געפעכטן, וואס ענדיגט זיך מיט טויטע און ערנסט פארוואונדעטע.
די טורמע אדמיניסטראציע האט געזאגט אז 45 מינוט נאך די אינצידענט האבן זיי שוין צוריק געהאט קאנטראל אויף אלע פיר טורמעס, און אין די זעלבע צייט איז געווארן אן אנלויפעניש פון פאמיליע לייט פון ארעסטאנטן, וועלכע האבן פארלאנגט צו וויסן צו זייער נאנטער איז געשעדיגט געווארן אדער נישט.