די אוסטראלישער רעגירונג האט געמאלדן אז זיי וועלן שטעלן אין די גאסן פארגיפטעטע וואורשטלעך וועלכע וועלן אומברענגען די אריבער צוויי מיליאן קעץ וואס דרייען זיך ארום ליידיג איבער די גאסן.
לויט שאצונגען פון באשעפעניש עקספערטן זענען פארהאנען צווישן צוויי ביז זעקס מיליאן קעץ וועלכע דרייען זיך ארום ליידיג, און פארניכטן פארשידענע באשעפענישן וועלכע זענען אין געפאר פון אונטערגאנג.
אין די ניו יארק טיימס איז באריכטעט געווארן אז דער פלאן איז צו לייגן די “1080” פויזן אין ווארשטלעך, און עס אראפווארפן פון פליגער’ס אויף געגנטער וואס זענען אנגעלייגט מיט צופיל קעץ.
עס נעמט נישט מער ווי 15 מינוט פון ווען א קאץ עסט אזא פארגיפטעטע וואורשטל ביז ווען זי איז שוין מער נישט צווישן די לעבעדיג. אין אנדערע פעלער וועלט מען פארזאמלען קעץ און זיי שיסן מיט געווער.
נישט בלויז דאס, אין געוויסע שטאטן אינערהאלב אוסטראליע טוט מען אנבאטן א געשאנק פאר ווער עס פארטיליגט קעץ. אין קווינסלאנד גיבט מען 10 אוסטראלישע דאלער (אין ווערד פון 7 אמעריקאנע דאלער) פאר יעדע טויטע קאץ.
אוסטראליע פארענטפערט זיך אויף דעם גרויזאמען שריט אז זיי פארמאגן קלארע וויסנשאפטליכע באווייז אז די קעץ זענען איינע פון די גרעסטע געפארן אויף אסאך אנדערע באשעפענישן, און מיטן אומברענגען די קעץ ראטעווען זיי אנדערע באשעפענישן.
איינער איז נאך עוועליבל זיי צו מעלדן אז נישט זיי פירן דעם באשעפער’ס וועלטל?
א רחמנות אויף די איינואונער