אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

37 מענטשן זענען געווארן נעכטן הינגעריכטעט אין סאודי אראביע

נעכטן דינסטאג האט סעודי אראביע גע’הרג’ט 37 מענטשן, נאכן ווערן געפונען שולדיג אויף טעראר קלאגעס. אזוי ווערט באריכטעט אין די אפציעלע נייעס סטאנציע פון די רעגירונג.

די פאר’משפט’ע זענען געפונען געווארן שולדיג אין איינברעכן אין זיכערהייט אפיסעס, און ערמארדן פאליציאנטן. א טייל פון זיי זענען געפונען געווארן שולדיג אין אדאפטירן א אידעלאגיע פון עקסטרעמע טעראר, און גרינדן טעראר צעלן.

 אינטערנאציאנאלע מענטשן רעכט גרופעס פארציילן אז צווישן די הינגעריכטעטע האט זיך געפונען א 16’יעריגער יוגנטליכער, אזוי אויך אז א טייל זענען הינגעריכטעט געווארן צוליב פראטעסטירן קעגן די רעגירונג.

יו-ען מענטשן-רעכט קאמישענער מישל באטשאלט, האט שארף פארדאמט די אקט, זאגנדיג אז א טייל פון די גע’הרג’טע האבן מודה געווען אויף זייער שולד נאך שווערע פייניגונגען. אזוי אויך האט ער געבעטן פון די סעודי אראביע רעגירונג צו באטרעכטן זייער פאליסי איבער טעראר, און איינפרירן די טויט פון נאך דריי מענטשן וואס געפונען זיך אויפן מאמענט אין טורמע. בלומבערג נייעס באריכטעט אז סעודי אראביע האט שוין ביז יעצט הינגעריכטעט אזויפיל ווי 104 מענטשן.

 

איבערן שרייבער

יאסי ווייסמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.