אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פיליפינען לייגט א האנט אויף 1,529 טשערעפאכעס אין לופטפעלד

מער ווי 1,500 לעבעדיגע טשערעפאכעס זענען געפינען געווארן אריינגעשטופט אין רענצלעך און אין שאכטלען אין די מאנילע לופטפעלד, די הויפטשטאט פון די פיליפינען.

אין א סטעיטמענט פון די שטייער דעפארטמענט ווערט איבערגעגעבן אז די טשערעפאכעס זענען פון עטליכע סארטן, און מען האט זיי געטראפן פארפאקט זונטאג אין פיר רענצלעך און שאכטלען וואס זענען פארבליבן אינעם לופטפעלד.

די געפעק האט באלאנגט פאר א פיליפינער בירגער וואס איז אנגעקומען צום נינא אקאניא לופטפעלד מיט די פיליפין עירליינס פון האנק קאנג.

די 1,529 טשערעפאכעס זענען קאנפיסקירט געווארן און געטראגן געווארן פאר די באשעפעניש אפטיילונגען פון די פיליפינען.

דער שמוגלער וועט ווארשיינליך באקומען צוויי יאר ארעסט און קנס פון 200,000 פעסא’ס (3,861 דאלער), וואס דאס איז די שטראף אין די פיליפינען פארן האנדלען אומלעגאל מיט באשעפענישן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.