טשעכישע רעפובליק, אנערקענט ירושלים אלס מדינת ישראל הויפטשטאט, עטליכע שעה נאך אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ’ס רעדע

אין א גאר היסטארישער שריט האט דער פינעוו און פערציגסטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאנעלד טראמפ אפציעל אנערקענט ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל, קומענדיג נאך וואכן וואס די אדמיניסטראציע און די מידיע קוועלער לאזן נאכאנאנד הערן איבער אזא מעגליכקייט. טראמפ האט פארארדנט אז די אמעריקאנער אמבעסאדער זאל זיך אריבערציען פון תל אביב קיין ירושלים, און אונטערגעשריבן דעם דעקלעראציע פארנט פון א ברייטע צאל רעפארטער פון איבער די גאנצע וועלט.

טראמפ ביים כותל פריער אין יאר

דאס ברענגט מיט זיך אן ענדע צו לאנגע יארן וואס די טעמע שלעפט זיך אין וואשינגטאן און ווערט אפגעשטופט דורך פרעזידענטן מיט זייער “וועיווע”ר” מעגליכקייט, פרעזידענט אבאמא איז געווען דער לעצטער צו נוצן דעם וועג ארויס מיטן וועיווער.” כאטש וואס א צאל פרעזידענטן אריינגערעכנט ביל קלינטאן און דזשארדזש וו. בוש האבן אויך גענוצט די טעמע ביי זייער פרעזידענטליכע קאמפיינען און צוגעזאגט אריבערצופירן די אמבעסאדע, האבן זיי אבער באשלאסן דאס אפצושטופן, זעענדיג פארשידענע קאמפליקאציעס איינמאל זיי זענען שוין געווען אין אמט. אינטערסאנט אז פרעזידענט טראמפ האט שוין אויך גענוצט דעם וועיווער איינמאל, און וועט דאס יעצט דארפן נוצן נאכאמאל אפילו ער האט באשלאסן דאס צו אריבעררוקן, צוליב וואס מען דארף נאך צייט צו פארענדיגן דעם פראצעדור.

מיר וועלן קיינמאל נישט ענדיגן אונזערע פראבלעמען מיט אזא דורכגעפאלענע סטראטעגיע” האט געזאגט דער פרעזידענט און זיין רעדע היינטיגן מיטוואך אין ווייסן הויז ביי זיין ספעציעלע קאנפרענץ צו מעלדן די טויש. בעפארן אראפרייסן די געוועזענע פרעזידענטן אויפן כסדר אפשטופן דעם פראצעדור, זאגנדיג אז דאס האט שוין לאנג געדארפט פאסירן און איז געווען אן אפהאלט אויף די פארשריט צו מאכן שלום.

טראמפ צייגט די היסטארישע דעקלעראציע פאר די פרעסע.

טראמפ האט אנגעבאטן הילף פאר ביידע זייטן און געזאגט אז ער איז גרייט צו איינגיין אויף א צוויי שטאטן לעזונג “עס איז נישט מער אדער ווייניגער ווי אנערקענען א רעאליטעט” האט טראמפ געזאגט, “עס איז די גערעכטע זאך צו טון”.

ער האט געמאלדן אז וויצע פרעזידענט מייק פענס וועט זיך ארויסלאזן קיין מיטל מזרח און ער וועט פרובירן אנפירן מיט די ווייטערדיגע שטאפלען אין די שלום געשפרעכן און אנטוויקלונגען.

אין ארץ ישראל האט מען געפייערט דעם באשלוס מיט פרייד, אויף די רעגירונג געביידעס האט  מען ארויסגעהאנגען פענער,  פארשידענע שילדן.

דער פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו איז ערשינען מיט א ווידעא, זאגנדיג אז מדינת ישראל וועט בלייבן אלעמאל דאנקבאר צו טראמפ.


די רעאקציעס און נאכפאלגן נאך דעם פרעזידענט’ס באשלוס ביי די אראבישע וועלט


דאס ברענגט מיט זיך אסאך קאנטראווערסיע און אויפברויז ביי די אראבישער וועלט, אין פארשידענע לענדער און בפרט אין גאזא און אראבישע געגנטער אין ארץ ישראל, זענען גרופעס ארויס אויף די גאסן פארברענענדיג בילדער פון דער פרעזידענט, אמעריקאנער און מדינת ישראל פענער און אזוי אויך בילדער פון מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו, די מאסן האבן געשריגן, “טויט צו אמעריקא, טויט צו מדינת ישראל און אראפ מיט טראמפ”.

א טוויט דורך דער פרעזידענט פון לבנון פארדאמענדיג די אטאקע

עטליכע לענדער און וועלטליכע ארגענעזאציעס האבן פארדאמט דעם אקט, צווישן זיי דער פאלעסטינער פאליטיקאנט האלין אשראווי וואס האט גערופן דעם אקט “א דיזעסטער.” זאגנדיג אז די שלום פלאן איז דורכגעפאלן.

“מיסטער טראמפ, ירושלים איז די רויטע ליניע פון די מוסלעמענער באפעלקערונג,” האט געזאגט טייאיפ ערדוגאן, דער פרעזידענט פון טערקיי, וואס האט געסטראשעט אז ער וועט אפהאקן די פאליטישע באציאונגען פון טערקיי מיט מדינת ישראל.

דער פראנצויזישער פרעזידענט עמאנועל מאקרון האט געזאגט אז די אקט קען ברענגען חרטה שפעטער, מאקרון און אנדערע אייראפעאישע פירער האבן געראטן טראמפ אז ער זאל גוט דורכטראכטן בעפאר ער פירט דורך דעם טויש אין פאליסי.

דער סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן און דער זיכערהייטס מיניסטער דזשעימס מעטיס זענען געווען באזארגט איבער אומרוען און געפאר פאר די אמעריקאנער פאליטיקאנטן וואס געפונען זיך אויסגעשפרייט אין מיטל מזרח, לויט א באריכט אין די אסאשיעטעד פרעס.

די גוגל רעזולטאטן פאר די פראגע פון “וואס איז די הויפטשטאט פון מדינת ישראל?” איז געווארן געטוישט צו “מזרח ירושלים”

מוכאמעד אבאס דער פרעזידענט פון פאלעסטינע האט געזאגט אז דערמיט קומט אן ענדע צו די שלום געשפרעכן צווישן אמעריקא און מדינת ישראל, ער האט פארדאמט דעם אקט און אהיימגערופן זיין שטאב פאר די שלום געשפרעכן פון אמעריקא, “די באשלוס פון פרעזידענט טראמפ וועט גארנישט טוישן צו וועמען ירושלים באלאנגט, און וועט נישט געבן קיין שום לעגימיטעט פאר ארץ ישראל איבער די נושא,” האט א אויפגערעגטער אבאס געזאגט.


דעמאנסטראציעס געפלאנט


די אראבישע וועלט איז אין אויפברויז און עס איז געווארן גערופן דריי טאג פון פראטעסטן און ראיאטן איבער די גאסן, און די אמעריקאנער קאונסיל האט ארויסגעגעבן א ווארענונג אז מען זאל זיך נישט דרייען אין די געגנטער וואו עס קומען פאר די דעמאנסטראציעס, און האבן אויך ארויסגעגעבן א פארבאט פאר אלע איינגעשטעלטע אמעריקאנער דיפלאמאטן און פירער, זיך צו דרייען אין געוויסע אראבישע געגנטער.

עס קען נעמען יארן ביז די אמבעסאדע וועט זיך פאקטיש אריבערציען ווען עס דארפן יעצט ווערן אויספלאנירט גאר אסאך זיכערהייט און סטראטעגיע.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.