אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

געזוכט: רעגירונג-באצאלטע מערדער, שטארק גייסטיש, און מיט הויכער מאראל

די אזיאנער לאנד סרי לאנקא, גרייט זיך צו באנייען פון פריש די “טויט שטראף” נאך פערציג יאר, און אצינד זוכט די רעגירונג צוויי תליינים, בוטשער’ס וואס זייער ארבעט זאל זיין צו האקן קעפ, אבער עס קומט מיט א באדינונג, דער קצב דארף פארמאגן א הויכער מאראל, און פארמאגן א גוטן גייסטישן צושטאנד…

טויט שטראף איז א זאך וואס מען קען נאך באקומען אין סרי לאנקא, אבער דעם לעצטן אזא אורטייל איז אויסגעפירט געווארן אין יאר 1976.

פאר מארד, דראג פארברעכן און אומעטישע קרימינאליטעטן, באשטעטיגן די געזעץ ביכער אין לאנד טויט שטראף, און די אלע וואס זענען געפינען געווארן שולדיג ווערן איינגעזעצט פאר לעבנס לענגליך.

פארלאפענע וואך האט מייטריפאלא סיריסענע, דער פרעזידענט פון סרי לאנקא, געמאלדן אז אין צוויי מאנאטן גייט מען צוריק אנהייבן צו פראקטיצירן טויט שטראף.

דאס קומט נאכדעם וואס דראג פארברעכן איז געשטיגן אין לאנד, און ער וויל נאכמאכן ראדריגא דאטראטא, דער פרעזידענט פון די פיליפינען, וואס האט יעצט אנגעהויבן א בראטאלער קאמף מיט די דראג דילער אין זיין לאנד.

טראצדעם וואס מ’האט נישט דורכגעפירט קיין טויטונגען אין די לעצטע פערציג יאר, האט אבער די רעגירונג אויפגעהאלטן א תליין ביז יארע 2014, ווען ער האט פענסיאנירט, און עס איז נישט געפינען געווארן קיין פרישער קאנדידאט צו דעם ארבעט.

נעכטן האבן די איינוואוינער פון סרי לאנקא געטראפן אין די צייטונגען א קלאסיפייד פון די רעגירונג, אז עס ווערט געזוכט א פרישער ארבעטער, וואס זאל פאקטיש אדורכפירן הריגות אויף פארברעכער.

מען דארף האבן קוואליפיקאציעס פאר די ארבעט, די אלע וואס געבן זיך אריין וועלן אריבערגיין גייסטישע אונטערזיכונגען דורך עקספערטן, און איז געאייגנט פאר לאקאלע תליינים צווישן 18 ביז 45 יאר אלט.

מען באקומט א געהאלט פון 36,410 רופי א חודש (208 דאלער), און א פענסיע ווען מ’ווערט אלט.

ווי עס שיינט וועלן די פרישע מערדער האבן אסאך ארבעט, וויבאלד אין די סרי לאנקא טורמעס געפינען זיך אצינד ארום 1,300 טויט-שטראף פאראורטיילטע, אבער בלויז 48 פון זיי האבן דאס באקומען צוליב דראג פארברעכנס.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.