אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס אנאליזן און אבזערוואציעס

אבזערוואציע: די פארנעפלטע פארשוואונדונג און קעיס פונעם אינטערפאל פרעזידענט

שוין עטליכע טעג איז אין די נייעס אז מענג האנגוואי, דער פירער פון די אינטערפאל פאליציי, איז פארשוואונדן געווארן פארלאפענעם וואך אין כינע – זיין געבורט לאנד, און מען האט אים געזוכט אהער און אהין. נאך אפאר טאג, האט זיך די אינטערפאל געוואנדן צו כינע, און זיי געבעטן אז זיי זאלן מוחל זיין און איבערגעבן וואו ער געפינט זיך.

נאך אפאר טעג פון טאפן אין די פינסטערניש, האט נעכטן כינע צום ערשטן מאל מודה געווען אז דער געזוכטער בחור איז אונטער זייער רשות, און ער ווערט אויסגעפארשט דורך זייער “נאציאנאלער אינספעקשאן ארגאניזאציע”, און ער ווערט אויסגעפארשט פאר ערנסטע קלאגעס, ווי קארופציע, און נאך פארשידענע געפערליכע זאכן.

צו גיסן אויל צום פייער, האט ער געמאלדן זיין רעזיגנאציע פון דעם אמט אין די אינטערפאל.

אלזא, ווער איז דער מענג? ווען איז ער ארעסטירט געווארן, פארוואס, און וואס אזי זיין צוקונפט? אט דאס וועלן מיר אויסשמועסן אין די פאלגענדער ארטיקל.

די אינטערפאל

די אינטערפאל איז דער אינטערנאציאנאלער פאליציי גרופע וואס טוט געמיינזאם באקעמפן פארברעכן, און נאכיאגן פארברעכער וועלכע אנטלויפן פון איין לאנד צום צווייטן. עס איז אויפגעשטעלט געווארן אין יארע 1923 למספרם, און פארמאגט היינט צוטאגס אזויפיל ווי 124 לענדער וועלכע זענען א טייל דערפון. זייער בודזשעט באשטייט אזויפיל ווי 124 מיליאן אירו א יאר.

כאטש וואס פון אינדערויסן איז זי באקאנט אלס די ארגאניזאציע וועלכע איז די ‘וועלט’ס פאליציי’ און פירט דורך ארעסטן, פארט איז זי נישט אזוי ווייט דאס, ווי זייער פליכט איז צו זיין דער פארמיטלער צווישן די פאליצייאישע קרעפטן פון ארום די וועלט. די אינטערפאל שטעלט צו אינפארמאציע און קאמיוניקאציע פאר די פאליציי אגענטורן פון די אלע 124 לענדער וועלכע זענען טייל פון דעם אינטערפאל.

דער אינטערפאל פירער

דער 64 יעריגער מענג האנגוואי האט אסאך טיטלען אנגעטון אויף זיך. ער האט געדינט אין א רייע פון וויכטיגע פאזיציעס אין כינע, לויט ווי אינטערפאל זאגט. צווישן אנדערע איז ער געווען דער פאראנטווארטליכער אויף די כינעזער פאליציי קאנטראל דיוויזיע, און דער מענעדזשער פון די טראפיק אפטיילונג אינעם פאליציי.

ער האט געהאט נאך וויכטיגע ראלעס אינעם כינעזער רעגירונג, א שטייגער ווי וויצע פארן זיכערהייט מיניסטאר אין די פארגאנגענהייט, און בעפאר האט ער געדינט פאר די כינעזער נאציאנאלער קאנטראל פאר נארקאטיק דראגס, און פירער פון די אנטי טעראר ארגאניזאציע אין כינע. אזוי אויך האט ער א שטיק צייט געדינט אויף די בארטענעס אויטאריטעט.

לויט א באריכט אין די AP נייעס אגענטור, איז מענג אויפגענומען געווארן אין יאר 2004 אלס דער וויצע צום פובליק זיכערהייט מיניסטאר אין כינע, און אלס דער פירער פון די כינעזער אינטערפאל. ער איז ערוועלט געווארן צו דעם אמט פון הויפט אינעם אינטערנאציאנאלן אינטערפאל אין נאוועמבער 2016, און דארף דארט צו דינען ביז 2020.

וואס איז זיין ארבעט?

נו, ער איז דער הויפט פון די אינטערפאל. וואס מיינט עס? וואס דארף ער טון? פשוט, אנפירן די גאנצע אגענטור. ער איז געשטעלט צו באשלוסן יעדע דעבאטע, נאכקוקן די ארבעט פון די אינטערפאל, שטיין אין שפיץ אז אלעס זאל פארן, און דאס וואס דער פירער פון סיי וועלכע ארגאניזאציע האט צו ערלעדיגן.

זיין אפיס געפינט זיך אין די שטאט ליאון אין פראנקרייך, וואו עס איז די הויפטקווארטירן פון די אינטערפאול, און די פאקטישער פירער פונעם ארגאניזאציע וואס טראגט די עכטע דאגות און איז אין קאנטראל פון יעדן איינציגסטן דעטאל, איז זיין מענעדזשער, יארגאן סטאק.

די ארעסט

דאס לעצטע מאל וואס מענג איז געזען געווארן אין פובליק, איז געווען אין סינגאפאר, אום אוגוסט 23 למספרם. דאס לעצטע מאל וואס א מענטש האט געהאט קאנטאקט מיט אים איידער ער איז פארשוואונדן געווארן, איז געווען זיין ווייב, וואס האט זיך געשריבן מיט אים אום סעפטעמבער 25, ווען ער האט איר געשריבן א מעסעדזש “ווארט צו הערן פון מיר”, און דאן האט ער געשיקט א בילד בייגעלייגט, אן עמאודזשי אויף וואס מען האט געזען א מעסער.

דאן האט זיך דער פליגער געהויבן. לויט ווי זיין פרוי האט פארשטאנען, האט ער מיטן שיקן די בילד פון א מעסער, איר געוואלט מעלדן אז ער איז אין א געפאר, און טאקע פון ווען ער איז אראפגעקומען פונעם פליגער אין כינע, האט מען מער נישט געהערט פון אים.

די קומענדיגע מאל וואס מען האט געהערט איבער אים, איז עס געקומען מיט די נייעס אז די כינעזער רעגירונג האט געלייגט א יד אויף אים, און ער איז געפירט געווארן צו אויספארשונגען.

אין וואס ווערט ער באשולדיגט?

אנהייב האבן נאך צירקולירט שמועות אז כינע האט אים געפאנגען, אבער קיינער האט עס נישט געקענט קלארשטעלן, ביז ווען די כינעזער רעגירונג האט עס ענדגילטיג געמאלדן. ווי געשריבן אנהייב פון אונזער ארטיקל, האט אים די כינעזער רעגירונג באשולדיגט פאר “קארופציע, שוחד, און נאך אנדערע פארברעכן”. די זיכערהייט מיניסטעריום פון כינע האט געזאגט אז די אויספארשונג קומט פאר “אין די ריכטיגע צייט און מיט געוואונטשענע רעזולטאטן”.

דער פובליק זיכערהייט מיניסטאר פון כינע, דזשאה לעדזשא, האט זיך היינט צופרי געטראפן מיט באאמטע אין זיין אפיס, און באהאנדלט די אויספארשונג. זיי האבן זיכער געמאכט קלארצושטעלן, אז די יעצטיגע ארעסט קומט ווייזן, “ווי שטארק די קאמוניסטישער רעזשים אנגעפירט דורך דעם פרעזידענט שי דזשימפינג, איז אין קאמף קעגן קארופציע”.

און וואס זאגט די אינטערפאל?   

ווי געזאגט, האט זיך די אינטערפאל געוואנדן צו כינע, און פארלאנגט צו וויסן וואו זייער פירער איז. זיי האבן פרייטאג געמאלדן אז “די אינטערפאל ווארט אויף אן אפיציעלער ענטפער איבער דעם סיטואציע פון זייער פירער”.

א קורצע צייט נאכן הערן אז מענג איז אונטער ארעסט אין כינע, האט די אינטערפאל געלאזט וויסן אז מענג האט זיי אריינגעשיקט רעזיגנאציע פאפירן, אז ער וויל זאפארט רעזיגנירן פון זיין אמט. אויף דערווייל – ביז ווען עס וועט פארקומען וואלן, וועט דינעם אלס דער פירער פונעם אינטערפאל קים דזשאנג יאנג פון די דרום קארעא אינטערפאל.

מער פון דעם האט די אינטערפאל גארנישט ארויסגעגעבן. נישט פארוואס ער איז ארעסטירט, וואס זיין מצב איז, נישט קיין פארדאמונגען, נישט קיין ערקלערונגען, נאר אזויפיל אז די אינטערפאל איז אין פארבינדונג מיט די פאליציי אגענטורן פון פראנקרייך און כינע.

וואס איז ערווארטעט פאר מענג?

שוין, אין געפענגעניש איז ער. די פראגע איז: וואס ערווארטעט אים אונטער די כינעזער?

די כינעזער רעגירונג זעלבסט האט נישט געזאגט צו זיי וועלן אין אנקלאגן אין געריכט, און וועלכע שטראפן מען וויל אין געבן. נאר אזויפיל, אז ער ווערט ‘אויסגעפארשט’. מ’קען זיך פארשטעלן וואס עס מיינט א כינעזער אויספארשונג, פאר א געוועזענער גאר גרויסער שישקע דארט…

גראדע, איז דאס ווייט נישט די ערשטע ארעסט וואס כינע מאכט אזוי מיר-ניש-דיר-ניש קעגן זייערס א געוועזענער באאמטער, וואס ווערט פארשוואונדן פאר א שטיק צייט, און איז ‘אונטער אויספארשונגען’. אין געוויסע פעלער זענען אזעלכע באפרייט געווארן און מער נישט פארגעזעצט מיט זייער פאליטישע ארבעט, און אין אנדערע פעלער האט זיך דאס געענדיגט מיט א געריכט אורטייל.

איינער פון די געוועזענע כינעזער באאמטע וועלכע זענען באשולדיגט געווארן אין קארופציע,  איז געווען דזשעווא באשווינג, א הויכראנגיקער גענעראל אינעם כינעזער מיליטער, וואס האט געדינט אלס דער וויצע צום צענטראלן מיליטערישן קאמיטע, וואס ווערט אנגעפירט דורכן כינעזער פרעזידענט. ער איז געטראפן געווארן שולדיג אין קארופציע, און פארלוירן אלע זיינע מיליטערישע מעדאלן, דערנאך איז ער איינגעשפארט געווארן פאר א לעבנסלענגליכער טורמע טערמין.

עפילאג

וואס עס איז ספעציעל מיט אונזער געשיכטע, און מאכט עס אזוי אומגעווענליך, איז דער פאקט אז ער האט געדינט אלס דער הויפט פון א גאר רעספעקטפולער אלוועלטליכער אינטערנאציאנאלער אגענטור, און פארט האט זיך דער כינעזער פרעזידענט שי דזשימפינג נישט דערשראקן דערפון, און באשלאסן אים צו ארעסטירן, אז די גאנצע וועלט זאל זען ווי שטארק ער באקעמפט קארופציע. מעגליך טאקע אז דאס איז געווען זיין כונה, צו ארעסטירן אזא מאכטפולער באאמטער, כדי די מעסעדזש זאל שטארק דערהערט ווערן איבער די וועלט.

אין פאקט האט א באריכט אין BBC אין יארע 2016 געמאלדן אז לויט א דיסקוסיע אינעם כינעזן קאמוניסטישן פארטיי אונטער פארמאכטע טירן, איז באשטעטיגט געווארן אז אזויפיל ווי איבער א מיליאן קאמוניסטישע חברים זענען ארעסטירט און באשטראפט געווארן פאר קארופציע קלאגעס, אין בלויז דריי יאר.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.