א מאן שפאצירנדיג אויפן גאס אין ענגלאנד, האט געטראפן א יו-עס-בי. שטיקל, זיך וואלגערנדיג אויף דער ערד.
ווילנדיג זען וואס דאס איז, איז ער אריין אין א לייברערי, און דאס געעפנט.
ער איז ערשטוינט געווארן נאכן טרעפן דארט גאר געהיימע פיילס, צווישן זיי די וועג, וואס די קעניגן נוצט ווען זי נוצט די לופטפעלד, און ווי אויך אלע סארטן איי-די’ס וואס מען דארף אלס צו האבן צו קענען אריינגיין אין געהיימע זיכערהייט שטובער און פלעצער אין די לופטפעלד.
אויך איז געווען דארט צו געפונען אינפארמאציע איבער די ׳טיים טעבל׳ פון די פאליציי וואס היטן פון זעלבסטמארד טעראר אטאקעס און איבער 80 מאפעס פון די זיכערהייט קאמערעס פון די גאנצע עירפארט, די יו-עס-בי האט נישט פארמאגט קיין פעסווארד.
ווי פארשטענדליך האט דאס אויפגעברענגט א גרויסע טומל, און ווי עס האט געזאגט דער הויפט פון די זיכערהייט אפטיילונג פון די לופטפעלד “איז נישט געווען קיין באלדיגע געפאר פאר׳ן פובליק און מען קען זיין רואיג אז מען וועט טוהן אלעס צו אויסצוגעפונען וויאזוי די יו-עס-בי איז אנגעקומען אויפן גאס.
ווי באוואוסט איז די “היטראוי לופטפעלד” פון די מערסטע אפגעהיטענע לופטפעלד׳ס פון די גאנצע וועלט.