אידישע נייעס

שטיינער אויף פוילישע שוהל אום יום כיפור

ווארשא – א שטיין איז אריינגעשאסן געווארן אין א שוהל אין דער פוילישער שטאט געדאנסק אום יום כיפור, צעברעכנדיג די גלאז פון איינס פון די פענסטערס, בשעת מתפללים, אריינגערעכנט קליינע קינדער, האבן זיך געפונען אינעווייניג.

קיינער איז נישט פארוואונדעט געווארן אינעם אינצידענט, און א ווארטזאגער פאר דער ארטיגער אידישערגעמיינדע האט געזאגט, אז דער שטיין איז פונקט אריינגעפאלן אין א פארצימער, וואו פרויען האבן געווארט אריינצוגיין אין ווייבער-שוהל בעפאר תפילת נעילה.

די פאליציי האבן געזאגט, אז זיי נעמען דעם אינצידענט אלס א גאר הויכע פריאריטעט, האבנדיג שוין אידענטיפיצירט דעם שולדיגן פארשוין א דאנק סורוועילענס קאמערעס ארום דעם שוהל, און אן ארעסט איז ערווארטעט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.