וואשינגטאן – א פרישער “וואל סטריט זשורנאל” באריכט דעקט אויף, אז אין יאנואר יאר 17′, נאכדעם וואס טראמפ האט ארויסגעשטעלט זיין קאנטראווערסיאלע “טראוועל פארבאט”, האבן איינגעשטעלטע אין “גוגעל” דיסקוסירט א פלאן וויאזוי זיי קענען זיך מעגליך ארומשפילן מיט די “זוך רעזולטאטן”, אז ווען מענטשן זוכן אינפארמאציע איבער אימיגראציע, זאל עס צייגן מער פרא-אימיגראציע וועבסייטס און ארגאניזאציעס, און וועגן וויאזוי צו קאנטאקטן פאליטישאנס און רעגירונג אגענטורן צו רעדן איבער אימיגראציע.
דער פלאן איז קיינמאל נישט אריינגעשטעלט געווארן אין אפעקט, אבער עס טוט פאקטיש צייגן אז גוגעל האט געקלערט פון זיך ארומשפילן מיט די “זוך רעזולטאטן” לטובת די דעמאקראטן – א זאך וואס טראמפ האט באשולדיגט עטליכע וואכן צוריק און יעדער האט דאן געלאכט פון אים.