נארט קאראליינע – שטורעם פלארענס האט נעכטן און פרייטאג אנגעמאכט חורבנות אין נארט קאראליינע און אין סאוט קאראליינע, און טראץ וואס פרייטאג איז עס גענידערט געווארן פון א “קאטעגאריע 1” האריקעין צו א “טראפישע שטורעם”, האט מען געהערט נעכטן אז דערווייל זענען שוין דא 11 באשטעטיגטע טויטפעלער.
רוב פון די טויטפעלער זענען געווען פון מענטשן וואס זענען פארשוועמט געווארן אין זייערע אויטאס אדער היימען, אין די הויכע פארפלייצונג וואסערן וואס דער שטורעם האט געברענגט, וואס דערווייל איז שוין מער ווי פערציג אינטשעס רעגן געפאלן אינעם ראיאן. דריי טויטפעלער זענען געווען פון אראפגעפאלענע ביימער.
פרעזידענט טראמפ האט דערקלערט א פעדעראלע קאטאסטראפע אין 9 קאונטיס אין נארט קאראליינע, און נאענט צו צען טויזנט נעשאנעל גארד טרופן זענען אקטיוויזירט אויף די גאסן, צו העלפן ראטעווען מענטשן פון די פארפלייצטע געגנטער. אויסער דעם זענען שוין דא בערך איין מיליאן קאסטומערס אן קיין לעקטער.