“היטלער’ס גייסט איז צוריק ארויסגעוואקסן, אין איזראעלישע באאמטע” האט היינט דער טערקישער פרעזידענט ראסעפ טאאיפ ערדואן געזאגט, זיך באציענדיג צום נייעם נאציאנאלע געזעץ וואס איז פארלאפענע וואך באשטעטיגט געווארן אין די איזראעלי כנסת, וואס באצייכנט די אידן אלס די ערשטע קלאס בירגער, און די איבעריגע פעלקער א שטייגער ווי אראבער און דאס גלייכן, אלס די נידעריגע פון שטייסל.
ערדואן האט אין א רעדע פאר זיין פארטיי פירער געזאגט היינט אז “די פרישע געזעץ טוט פארוואנדלען מדינת ישראל צו א פאשיסטישע און ראסיסטישע לאנד, און קען בארעכטיגן אונטערדריקונגען אויף מינאריטעטן. מדינת ישראל האט שוין אויפגעוויזן אז זי איז א לאנד פון טעראר, ווען זיי האבן אטאקירט פאלעסינטער מיט טאנקען און אלטילעריע”.
די אויפברויז פונעם טערקישן פרעזידענט – וואס יעדער ווייסט ווי שטארק ער “רעספעקטירט” דעמאקראטיע – קומט אויף די געזעץ וועלכע נידערט די אראבישע שפראך פון איר ביז יעצטיגער אפיציעלער שטאנד אין מדינת ישראל.
דער איזראעלי פרעמיער מיניסטאר נתינהו האט דערויף רעאגירט אז “ערדואן שעכט אויס סירישע און קורדן, און שפארט איין צענדליגע טויזענטער פון זיינע בירגער אין טורמע. דאס אז דער גרויסער ‘דעמאקראטאר’ ערדואן טוט פארדאמען דעם געזעץ, איז די גרעסטע קאמפלימענט וואס די פרישע געזעץ קען באקומען”…