נעכטן האט זיך א גרויסער פייער צושפרייט נאנט צום גריכישן הויפטשטאט אטענס, ברענגענדיג מיט זיך מענטשליכע פאטאליטעטן, און שאדנס פון גאר שווערע געלטער. עס איז דערווייל באריכטעט געווארן א מינימום פון 50 אומגעקומענע ה”י, און עטליכע הונדערט פארוואונדעטע.
ווי עדות’שאפטן דערציילן, זענען צענדליגע בירגער און טוריסטן געבליבן געשטראנדעט אין זייערע הייזער און קאר’ס, ווערנדיג פארכאפט אין די פלאמען, אן קיין וועג ארויס. די זיכערהייט קרעפטן ארבעטן רונדע דעם זייגער פון די לופט, ים און יבשה, צו ראטעווען וואס מער מענטשן עס איז מעגליך, און טרעפן זיך אן אין שוידערליכע סצענעס.
די מערסט געשעדיגטע ארט איז אין א געוויסע רעזארט שטעטל, וואו מען האט געפינען אזויפיל ווי 26 פארברענטע קערפער רח”ל.
פילע לענדער האבן אנגעטראגן הילף פאר גריכלאנד, וואס האבן עס דערווייל אפגעזאגט מיטן אויסרייד אז זיי קענען אליינס אלעס קאנטראלירן.