א וויי-געשריי איז אויפגעהויבן געווארן דורך פילע רעפאבליקאנער פאליטיקאנטן, דערנאך וואס די דעמאקראטישע קאנגרעס-פרוי ‘מעקסין וואטערס’ פון קאליפארניע האט נעכטן ביי א ראלי אויפגעהייטערט די מאסן צו פארשרייען און אטאקירן יעדער איינער וואס איז איינגעשטעלט אין די טראמפ אדמיניסטראציע.
א טאג פריער איז ברייט באריכטעט געווארן אז די פרעסע סעקרעטארשע, ‘פרוי סענדערס’, איז ארויסגעיאגט געווארן פון א רעסטוראן, וואו זי איז געווען מיט איר פאמיליע צו עסן נאכטמאל.
פילע פון די לינקע לאגער האבן אויך אראפגעריסן דאס וואס די רעסטוראן אייגנטומער האבן ארויסגעווארפן איינעם צוליב פאליטישע מיינונגס פארשידנהייטן.
אבער ס’האט זיך נישט אפגעשטעלט ביי דעם, נאר נעכטן ביי א ראלי קעגן די צעטיילונג פון קינדער מיט זייערע עלטערן, האט די קאנגרעס-פרוי ‘מעקסין וואטערס’ אויסגערופן הויך פאר די פארזאמלטע: אויב זעט איר סיי וועם פון דעם קאבינעט, אין א רעסטוראן, אין א געשעפט, אין א גאזאלין סטאנציע, זאלסטו צוזאמנעמען א גרופע מענטשן, און דו זאלסט אים אריינגעבן, איר זאלט שרייען אז ענק זענען מער נישט וועלקאם אין קיין שום ארט נישט’.
א רעפאבליקאנער ווארט-זאגער האט היינט גערופן צו די דעמאקראטן אז זיי זאלן פארדאמען די העצערישע רייד פון די קאנגרעס-פרוי.
‘פאקס’ נייעס-אגענטור האט שטארק געשימפט קעגן די קאנגרעס-פרוי, און אלע איינס ביי איינס האבן זייערע קאמענטירער אראפגעריסן דעם קאליפארניער פאליטישן.
ווי אויך אויף די אנדערע מער צענטערישע נייעס-אגענטורן האט מען פארדאמט די אומסענסעטיווע רייד פון ‘מעקסין וואטערס’ אין ריכטונג פון די טראמפ אדמיניסטראציע.
די רוסישע רעגירונג’ס מידיע אגענטור rt נייעס, האט זיכער געמאכט נישט אדורכצולאזן די געלעגנהייט אויפצושפילן די ווערטער פון ‘מעקסין’ און איר גוט ארונטערגעריסן.
ווי אויך האט פרעזידענט טראמפ יר”ה היינט ארויסגעשיקט א מעסעדזש אין וועלכער ער פארשרייט די קאנגרעס-פרוי’ס ביטע, און ווארנט איר צו וואס אירע העצערייען קענען צוברענגען.
דאס קומט אין א צייט וואס די געמיטער אין לאנד זענען שרעקליך אנגעצויגן מיט פארזענליכע אטאקעס פון ביידע זייטן אין די פאליטישע ספעקטראם.
נעכטן אויף ‘פאקס’ נייעס-אגענטור האט א קאנסערוואטיווע קאמענטירער – ווערנדיג אנגעצויגן פון א דעמאקראטישער קאמענטירער – האט ער יענעם אריינגעפליקט מיט א ראסיסטישע אויסדרוק: איר זענט געפאלן פון אייער קאטן קלויבן שכל. דאס איז א שפעט-ווארט פאר שווארצע וואס זענען געווען קנעכט ביי די קאטן אייגנטומער, וואו זיי זענען געווען געצווינגען צו קלויבן קאטן פאר זייערע הערן.
יעצט שפעט נאכמיטאג האט דער דעמאקראטישער סענאט פירער ‘שומער’ פארדאמט די ווערטער פון ‘מעקסין’, און האט געזאגט אז ‘רופן צו אטאקירן קאבינעט איינגעשטעלטע איז נישט אמעריקאניש’.