אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

סינגאפור סאמיט קאסטן: 12 מיליאן

סינגאפור – די סינגאפורער אויטאריטעטן האבן נעכטן געזאגט, אז עס האט זיי געקאסט צוועלף מיליאן דאלאר צו דינען אלס גאסטגעבער פאר’ן היסטארישן סאמיט צווישן דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ און דער צפון קארעאר דיקטאטור קים יאנג אן.

סינגאפור האט באשלאסן ארויסצוגעבן די ציפערן, נאכדעם וואס לאקאלע קאמענטאטארן און אקטיוויסטן האבן אנגעהויבן פארפירן אז די רעגירונג באהאלט פונעם פובליק וויפיל עס האט געקאסט, ווייל עס האט אריינגעצויגן אין שווערע געלטער.

ווי די אויטאריטעטן זאגן אבער, איז צוועלף מיליאן דאלער אהערצושטעלן אזא סאמיט ממש קליינגעלט, און לויט די רעגירונג באאמטע, איז א מערהייט פון די געלטער געגאנגען צוצושטעלן די זיכערהייט מאסנאמען.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.