דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ, האט היינט געמאלדן אז “צפון קארעא האט אויפגעהערט צו ארויסשיסן ראקעטן, אריינגעגעכנט באליסטישע מיסלס. זיי צושמעטערן זייערע מאטאר סייט’ס און טוען דאס עקספלאדירן. זיי האבן שוין אנגעהויבן מיט די עקספלאזיעס ביי זייער גרעסטע עקספרימענט סייט. למעשה, איז עס ביי זייערע פיר גרעסטע עקספרימענט סייט”.
דער מעלדונג איז געקומען ביי א קאבינעט זיצונג פון די טראמפ אדמיניסטראציע. צווישן אנדערע האט ער אויך געזאגט “די גרעסטע זאך איז אז צפון קארעא וועט גענצליך פטור ווערן פון זייערע נוקלעארע וואפן, א פראצעדור וואס איז שוין אריין אין קראפט”.
די ווערטער זענען געזאגט געווארן נאכדעם וואס דער פרעזידענט איז נעכטן אנגעפרעגט געווארן אויב צפון קארעא האט שוין אנגעהויבן עפעס צו טון וועגן זייער פארפליכטונג ביים היסטארישן טראמפ-קים סאמיט אין סינגאפאר, זיך צו אנטוואפענען פון די נוקלעארע וואפן.
דזשעימס מעטיס, דער אמעריקאנער דעפענס מיניסטאר, האט נעכטן געזאגט אז ער זעט נישט קיין שום צייכענעס פון סיי וואספארא אקטיוויטעטן אין צפון קארעא, וואס זאל אנדייטן אז די נוקלעארע זייטלעך ווערן שוין אוועקגעלייגט און פארניכטעט, זינט די היסטארישע סאמיט. “מ’האט נאכנישט אפגעשמועסט די גענויע דעטאלן וויאזוי די פראצעדורן וועלן צוגיין, איך וואלט נישט ערווארטעט קיין פארשריט אין די יעצטיגע פאזע” האט מעטיס געזאגט.
דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ האט געמאלדן אז צפון קארעא האט שוין צוריקגעקערט פאר אמעריקע די איבערבלייבענישן פון ארום 200 סאלדאטן וואס זענען געפאלן אין די קארעא קריג. טראמפ האט געזאגט ביי א ראלי אין מיניסאטע אז “מיר האבן צוריק באקומען אונזערע העלדן, זייערע איבערבלייבענישן זענען היינט געשיקט געווארן”.
צווישן אנדערע הערט מען אויך אז דער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאפעא גרייט זיך צו טרעפן מיט צפון קארעא באאמטע אין די ערשטע געלעגנהייט, כדי צו אנהייבן אויספירן די רעזאלוציעס פון די היסטארישע סאמיט אין סינגאפאר, ווי אפגעשמועסט צווישן די צוויי פירער.