וואשינגטאן – סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא האט נעכטן קלארגעשטעלט, אז אלע עקאנאמישע סאנקציעס קעגן צפון קארעא, וועלן פולקאם בלייבן אין אפעקט, ביז ווילאנג דער ארטיגער רעזשים וועט נישט האבן פולקאם געענדיגט דעם פראצעדור פון אויפגעבן זייערע נוקלעארע וואפנס.
פאמפעיא האט אויך געזאגט אז מען דערווארט אז דער ציל פון פטור ווערן פון צפון קארעא’ס אלע נוקלעארע וואפנס זאל נאך קענען דערגרייכט ווערן אין פרעזידענט טראמפ’ס ערשטע טערמין, בעפאר’ן ענדע פון יאר 020′ – און פאמפעיא זאגט אז מען רוט נישט, נאר קומענדיגע וואך וועט מען זיך אראפזעצן מיט צפון קארעא אויסצוארבעטן די דעטאלן.