אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פרעזידענט טראמפ שמייסט פריינטליכע לענדער ביים G7 סאמיט

די G7 סאמיט האט זיך געענדיגט מיט הויכע טענער, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגענומען די וועלט-פירער פון גלייכגעוויכט, און נישט אונטערגעשריבן די געמיינזאמע רעזולאציע, די סאמיט האט זיך געשלאסן מיט פולווער אין די לופט, ווען עס שפירט זיך פולווער פון א האנדל קריג אין די לופטן.

עס איז נישט געקומען אויף איין מינוט. טראמפ שלאגט זיך שוין א לענגערע וויילע מיט די וועלט פירער, ער האט שוין געהאט א היציגע טעלעפאנישע געשפרעך מיט עמנואל מאקרון פון פראנקרייך, און זיך אנגעווירטשאפט א וועטשערע מיט קאנאדע פרעגנדיג אויף טוויטער “האט נישט קאנאדע אונטערצינדן די ווייסע הויז?”… נאכדעם וואס קאנאדע האט געמאלדן אז זיי וועלן צוריקשענקען שטייערן פאר אמעריקע, אין רעאקציע צו די הויכע שטייערן וואס טראמפ האט ארויפגעלייגט אויף שטאל און אלומיניאם וועלכע קומען אריין פון אייראפעאישע לענדער.

ווי עס שטעלט זיך ארויס זענען די וועלט פירער פארלוירן, און ווייסן נישט וויאזוי צו האנדלען מיט טראמפ, וועמען עס איז נישט מעגליך ארויסצוהאבן. זיי האבן פרובירט צו זיין שטייף און ווייעך, פריינטליך און פיינטליך, אבער זיי האבן נאכאלץ נישט ארויס וויאזוי מען געווינט צוטרוי ביים אמעריקאנער פרעזידענט, וואס טוישט לאנגיעריגע פראטאקאלן, שטעכט פריינט און גלעט פריינט.

אויב האבן זיי געקלערט אז מיט א געמיינזאמע שטימע פון 6 אנטקעגן איינער וועט זיך טראמפ דערשרעקן, זענען זיי געוואר געווארן אז טראמפ ווייסט נישט וואס פחד איז, און האלט זיך שטייף צו זיין ליניע, וואס ער האלט אז דאס איז ריכטיג פאר אים צו טון.

דער סאמיט אין קיובעק; קאנאדע, איז געווען גאר היציג, און טראמפ האט קלארגעשטעלט אז ער ווייסט גאנץ גוט דאס די שטייערן וואס אנדערע לענדער האבן קעגן אמעריקע זענען איבערגעטריבן, און די לענדער האבן געשריגן אז פאר יעדע דאלער שטייערן וואס אמעריקע וועט ארויפלייגן, וועט צוריקומען די זעלבע אויף אמעריקאנע פראדוקטן.

אויף די טראדיציאנאלע אנגענומענע בילדער פון צווישן די וועלט פירער זעט מען טאקע די אנגעצויגנקייט וואס האט דארט געהערשט, די שמייכלען זענען זייער אומבאלומפערטע, איין בילד איז וויאזוי די הענט פון טראמפ זענען ווייס נאכן דרוקן מאקרון’ס הענט, ביי א צווייטע זעט מען די בריטישע מארקעל און אנדערע וועלט פירער שטייען ארום א טיש, ווען אין די אנדערע זייט זיצט זיך טראמפ מיט צאמגעלייגטע הענט ווי א פריץ, און קוקט קאלט אויף די אנגעהיצטע פנימ’ער פון ארום.

דער גאסטגעבער – דער קאנאדישער פרעמיער מיניסטאר דזשאסטין טרודא, האט אויסגעפירט די רעזולאציע פון פרייהייט אויף האנדל קעגן דעם רוסישן בער, אבער טראמפ האט זיך אויפגעהויבן און אפגעטראגן, נישט אונטערשרייבנדיג דעם רעזולאציע, באשולדנדיג דעם קאנאדישער טרודא אלס א שוואכלינג וואס האט מורא צו זאגן א מיינונג, נאכדעם וואס ער האט געשפילט ביים סאמיט העפליך און סאליד, און שפעטער שארף אראפגעריסן פרעזידענט טראמפ, און געסטראשעט מיט שווערע שטייערן.

פון די אנדערע זייט האט טראמפ פארלאנגט ביים סאמיט אז רוסלאנד זאל אנוועזנד זיין ביים קומענדיגן סאמיט, נאכדעם וואס מען האט באזייטיגט די רוסן פון די סאמיט, אלס שטראף פאר זייער אגרעסיעס אין קריימיע, א זאך וואס האט שטארק אויפגעברויזט די אנוועזנדע וועלט פירער, פאר דעם וואס טראמפ שטויסט זיינע אליאירטע, און זוכט די טובה פון זיינע גרעסטע פיינט…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.