אנאליזן און אבזערוואציעס פאליטישע נייעס און ארטיקלען

אנאליז: די “ווער איז שטערקער שפיל” צווישן טראמפ און קים

אנאליז: די “ווער איז שטערקער שפיל” צווישן טראמפ און קים


די ארטיקל ווערט געספאנסערט דורך:


‘Legendary marketer’

ארבעט איר ביטער שווער און דאך קענט איר נישט קאווערן אייער בודזשעט? דאן דאס איז פאר אייך!

דרוקט דא


די גאנצע וועלט קוקט זיך צו מיט שפאנונג צום קומענדיגן מאנטאג, און ווארט  מיט א פלאטערדיגן הארץ צו זען וואס עס וועט זיך אויסלאזן פון די פארהאנדלונגען צווישן די צווי וועלט שפילער לענדער, אמעריקע און צפון קארעא.

יא דאס איז נישט קיין טעות. צפון קארעא, טראץ דאס איז א קליין לענדעלע – קלענער פון קליין – און אינגאנצן איזאלירט, אן קיינע דיפלאמאטישע פארבינדונגען מיט רוב וועלט, איז זי פאקטיש פון די גרעסטע שפילער אויפן וועלט שאך ברעטל.

און דאס קומט נישט צוליב אירע געוואלדיגע נאטירלכע אוצרות אדער גרויסע רייכטומען, נאר צוליב דאס געוואגטקייט פון אירע פירער און זייער חוצפה און רשעות ביינאנזאם, ווען פאר לאנגע יארן טוט זי טיף אינטערדרוקן אירע בירגער אויף א פארנעם וואס וואלט נישט פארשעמט סטאלין ימ”ש אדער נירון קיסר, און אין די זעלבע צייט טוט זי אויפבויען א מיליטער, וואס אין פראפארץ צו איר גרויסקייט אין די גרויסקייט פון די באפעלקערונג איז דאס לכאורה די גרעסטע.

שוין פאר די לעצטע צענדליגע יארן האלט זי די וועלט ביים קארג מיט איר מיליטערשיע אקציעס, ווען איין מינוט שמייכלען זיי און שטרעקן אויס א האנט פאר שלום, און א מינוט שפעטער הייבט זי אן מיט אירע אגרעסיעס מיט מער אייפער ווי קיינמאל בעפאר. א מינוט זאגט זי קום לאמיר פארהאנדלען. און דריי פיר יאר שפעטער טרעפט מען זיך ווידער אמאל ביים זעלבען מצב.

עכ”פ דאס איז די מצב וואס עס איז געווען ביז קים איז געווען אויפן בענקל.

 

 

***

איינע פון די סצענעס ווען צפון האט אויפגעריסן אירע נוקלעארע פראגראמען פארנט פון פרעמדע זשורנאליסטן

 

אצינד איז די נייעס איבער די געפלאנטע סאמיט וואס דארף פארקומען צווישן טראמפ, דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, און קים יאנג אן, דער טשעירמאן פון די דעמאקראטישע פארטיי און די נארט קאריע (יא, אזוי גייט עס אין א קאמוניסטש לענדל וואו עס איז בעצם נישטא קיין פירער, נאר די פארטיי איז די פירער און די דע-פאקטא פירער איז נאר פשוט די טשעירמאן פון די פארטיי. און געווענליך פאררופן זיי זיך דעמאקראטישע…).

די צוויי וועלן זיך אראפ זעצן בקרוב אין סינגאפור אום יוני דעם צוועלפטן למספרם, און דן זיין איבער די צוקונפט פון די באציאונגען צווישן די צוויי לענ

דער – אויסער אויב עס וועט נאך בטל ווערן אינדערמיט, ווי עס איז שוין איינמאל טאקע געווען…

מיט בלויז עטליכע וואכן צוריק האט עס אויסגעקוקט ווי אלעס פארט געשמירט, זאכן פארן אויסטערליש גוט, דער קים ביקט זיך צו דער ערד, און טראמפ האט דא באקומען א געלעגנהייט צו ווייזן און האבן עפעס א גוט’סל אויף זיי קאנטע, אן זיך האבן אנגעשטערנגט צופיל.

און דאן פלוצים בומס. קראך זעץ. טראמפ מעלדט איין פאר קים. איך ציה מיך ארויס. גייט נישט דורך א טאג צווי און עס איז צוריק אין אין שוואונג די צוגרייטונגען צום גרויסן מיטינג…

אין די וועלט הייסן די צוויי – טראמפ און קים – מאדנע פארשוינען און טיילווייזע משוגעים. און אט די ווירטשאפט וואס קומט פאר דורכאויס די פארהאנדלונגען, ווערט ביי טייל צוגעשריבן אלס א ראי’ איבער דאס אומסטאביליטעט פון ביידע פירער.

אבער מיט א טיפערע בליק שטעלט זיך ארויס אז דא רעדט מען פון צוויי פיפגע וועלט שאך שפילער, וואס שפילן אצינד א פארמעסט פאר די טשאמפיאן טיטל פון פארהאנדלער. עס איז שווער פאראויסצוזאגן ווער עס וועט ארויסקומען די געווינער, כאטש דערווייל האט טראמפ צוריקבאקומען די אויבערהאנט איבער קים.

 

***

 

לאמיר אנהייבן אזוי: ווער האט דא די אויבער האנט ?

יעדער וואס האט שוין אמאל פרובירט צו מאכן סיי וואספארא דיעל מיט א צווייטן, ווייסט אז א דיעל איז פשוט; מען גיבט און מען באקומט. דער וואס גייט אריין אין א דיעל מיט די ווייניגסטע צו פארשלאגן, וועט אויטאמאטיש ארויסקומען מיט די מערסטע נאכגעגעבן. און דער וואס קען אפערן מתנות’לעך, וועט אויך זיין בעיק

פרעזידענט טראמפ מיטן דרום קארעא פירער פרעזידענט מאן, דיסקוטירנדיג די סאמיט צווישן אים מיט קים

ר דער וואס באשלוסט אויף וועכלע טערמינען די פארהאנלונגען זאלן גיין.

ווען צפון קארעא וויל זיך אראפזעצן מיט אמעריקע, שטייט אמעריקע אין א גאר גוטע פאזיציע בעצם אויף צו אנהייבן. אמעריקע פאר זיך איז פיין, ביי זיך אינדערהיים פעלט נישט גארנישט. און דאס וואס עס פעלט זיי יא, וועט צפון קארעא ממילא נישט קענען העלפן… צפון האט גארנישט צו פארשלאגן פאר אמעריקע, אויסער אוועקצוגעבן פון זיך, דהיינו, אויפגעבן אירע נוקעלארע אמביציעס און / אדער אויפהערן מיט אירע מענשטן-רעכט פארלעצונגען.

אין די צייט זעצט זיך אמעריקע צום סאמיט, ווען זי האט זייער אסאך צו פארשלאגן פאר צפון, אן דארפן אוועקגעבן פון זיך סיי וואס. אנגעהויבן מיטן אוועקנעמען די שווערע סאנקציעס וואס פלאגן די אזוי אויך געפלאגטע לענדעלע, און גענדיגט ביי איר אנערקענען אלץ א לאנד צום טיש.

אלזא ווען צפון גייט אריין צום פארהאנדלונג’ס טישל איז זי אין זייער א שווערע פאזיציע, אמעריקע דארף פון איר בעצם כמעט גארנישט, אין די צייט וואס זי לעכצט צו קריגן פון אמעריקע גרויסע מוציא’ס.

נו וואס איז די עצה נישט אנצוקומען אזוי שוואך צום סאמיט?

איז דער חכם קים אויפגעקומען מיט איין עצה. ער וועט אנדרייען דעם פרעזידענט טראמפ  – וואס איז הונגעריג צו קענען אנצייגן אויף א גוטע דיעל אינדערהיים. נאכדערצו אז ער וועט קענען ווייזן אז טראץ ער האט בטל געמאכט די איראן דיעל, ווילן נאך אלץ לענדער פארהאנדלען מיט אמעריקע. – און זיכער מאכן מיט אלע מיטלען, אז ער זאל ווערן גוט הונגעריג און זעלבסט איבערצייגט אז דאס מאל מיינט עס קים פון צפון גאר ערנסט.

אזוי ארום וועט טראמפ ווערן גאר שטארק דעספערט פאר א דיעל, און דאן וועט ער שוין קענען דרייען כאוות נפשו, האבענדיג א גוטע שטעקן קעגן טראמפ. אדער וועסטו מאכן א דיעל אזוי ווי מיר קים שמעקט, אדער איז נישטא קיין שום דיעל.

 

***

 

זאכן האבן אנגעהויבן אויסצוקוקן ווי עס פארט טאקע אין זיין דירעקציע. ער האט געוויזן קליינע מינדערוויכטיגע ענדרונגען אין די באציאונגען צווישן אים און דרום קארעא, ווי למשל ”רעדן” פון צוריק שטעלן נארמאלע באציאונגען. עפענען א רויטע ליניע, טוישן זי זייגער צוריק צו די זאנע אזויווי בעפאר די צפון קריג, און בעיקר גיין באזוכן איינער דעם צווייטן, און אזוי ווייטער.

די בריוו וואס קים האט געשריבן פערזענליך צו טראמפ, צום בעפארשטייענדעם סאמיט

און יא, ס’האט געארבעט! דאס האט גוט אנגערייצט דעם בער פון אמעריקע. טראמפ טאקע האט זיך פיין צוגעכאפט צום געפלאנטן סאמיט, און פייערליך גערעדט דערפון ביי זיינע ראליס, ווי גלייך דאס איז שוין א פאקטישע געווינס. אבער; האט נישט פארגעסן צו באטאנען אז ער קען אויך אוועקשפאצירן דערפון אויב וויכטיג.

דאס האט שוין אנגעצינדען א רויט לעמפל ביי קים.

אופס, דער טראמפ זאגט אז ער האט נישט קיין פראבלעם אוועקצוגיין פון א מיטינג אן א דיעל? דאס הייסט אז ער פארלירט זיין שטעקן איבער טראמפ. דאס וועט זיך דאך אים זייער נישט לוינען.

האט ער – כדי אויסצופרובירן טראמפ – אנגעהויבן צו ציען דאס בענדל זעהן ביז ווי ווייט טראמפ וועט נאך מיטגיין מיטן שפיל, אנגעהויבן מיטן זאגן אז נעה, ער ווייסט נישט פונקטליך אויב ער וועט טאקע אויפגעבן ”אלע” נוקעלארע וואפן… און דערנאך אריבער צו מאכן קונצן מיט די פלאנירונגען, און צום לעצט געגעבן אזא ווארף אריין א חוזק ווארט אויפן וויצע פרעזידענט, וועלענדיג זעהן טראמפ’ס רעאקציע.

טראמפ איז אבער אויך נישט קיין חדר אינגל, דערזענדיג וואס קים וויל דא, האט ער פארשטאנען אז אויב וועט ער אנהייבן מיט שארפע  סטעיטמענטס אויף צוריק, וועט דאס אריינשפילן אין צפון קארעא’ס הענט, ווייל זיי וועלן פארשטייט זיך נישט שולדיג בלייבן, און אזוי ארום וועט זיך דאס דערקייקלען ביז א מצב אז אמעריקע וועט גאר מוזן זיין די וואס וועלן מוזן בארואיגן די מצב און זיך בעטן פאר א מיטינג.

איז טראמפ געגאנגען און געגעבן אזא זעץ פאר די מיטינג, אז דער קים איז אנידער געפאלן פון זיין בענקל, ווען טראמפ האט פלוצים פון איין מינוט אויפן צווייטן געגעבן א קענסל די מיטינג אין א דירעקטע בריוו צו קים. אן קיין דיפלאמאטיע, אן קיינע שלוחים, אן גארנישט.

אין אנדערע ווערטער: טראמפ האט פשוט געזאגט פאר קים אזוי: הער דו מיך גוט אויס, איך האלט נישט ביים שפילן קיינע געימס. אדער ביסטו דא, אדער נישט. פארשטאנען?!…

נו, קים וויל דאך פארט יא א דיעל – עכ”פ אזוי קוקט עס אויס – ער וויל אז זיין לאנד זאל נישט אויסגיין פאר הונגער, און ער באטראכט זיין שכן כינע מיט גלוסטעדיגע אויגן, אז טראץ וואס זיין זענען א קאמוניסטש לאנד זענען זיי מצליח אויף די וועלט ארענע עקענאמיש, און כאטש וואס זיי טוען אלעס צו באקומען אויך די מיליטע

סעקרעטערי אויף סטעיט מייק פאמפעא ביי א זיצונג מיט הויכראנגיקע צפון קארעא באאמטע, אין בעפארברייטונג צום סאמיט

רישע אויבערהאנט גייט זיי נאך אלץ די געים ווי געמשירט און מען הערט ווייניג וואס איינער קרעכצן אויף זייערע עוולות.

ממילא האט ער נישט געהאט קיין ברירה און געמאלדן אז ער וויל יא גיין פאראויס, האפענדיג אז דאך וועט ער שוין עפעס קענען אויסקוועטשן פאר זיך, און דאך קענען צופרידנשטעלן אמעריקע.

אינדערזייט הערט מען טאקע אז ער רעדט פון א אנדערע סארט טייטשן אין די ווארט דינעקלוערזאציע ווי דאס וואס אמעריקע טייטשט. אלזא עס בלייבט נאך אסאך איבער צו זען וואס דא גייט זיך אויסלאזן.

אבער דאס איז וואסאמאל זיכער, עס איז אסאך טיפער דא ווי מיר מיינען, און די גרעסטע קעפ זיצן פון ביידע זייטן פרובירנדיג אויפצוקמען מיט די בעסטע טאקטיקן, אויסצושפילן דעם צווייטן און ארויסגיין דער געווינער. און דערווייל – קוקט אויס ווי אמעריקע האט די אויבערהאנט…

ונזכה ונחי’ ונראה

 

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

באמערקונגען

  • קים צעטערט ווי א פיש, ער האט נארוואס געטוישט די דריי העכסטע מיליטערלייט אין זיין ארמיי, כדי צו ווייזן פאר טראמפ אז ער’ז גרייט פאר א טויש.

  • שטארק! דזשוליאני האט טאקע געהאט געזאגט לעצטנס אין די נייעס אז קים יאנג אן האט זיך ממש געווארפן אויף די פיס און זיך געבעטן צי טראמפ ער זאל ציריק מאכן די מיטינג נאך וואס טראמפ האט עס געקענסלט. ס’איז עכט נישט דא צופיל חידושים אין די ארטיקל, אבער ס’איז זייער שיין צולייגט

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.