אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

קאטאלאניע מעלדט נייע קאבינעט

שפאניע – מען האט געהערט אז די אויטאריטעטן אינעם קאטאלאניע ראיאן פון שפאניע, האבן שוין צוזאמגעשטעלט א נייע ליסטע פון קאבינעט מיניסטארן, וואס דאס וועט ברענגען אז שפאניע זאל אפשטעלן איר דירעקטע קאנטראל אויפן ראיאן. שפאניע האט גענומען פולע קאנטראל פון קאטאלאניע מיט עטליכע מאנאטן צוריק, אלס רעזולטאט פון א רעפערענדום אז קאטאלאניע זאל ווערן אינגאנצן א זעלבסטשטענדיגע לאנד. יעצט האבן די קאטאלאניער אויטאריטעטן געשטעלט א נייע קאבינעט, באזייטיגנדיג עטליכע מיניסטארן וואס זענען געווען דירעקט פארמישט אינעם רעפערענדום, און די באזייטיגונג וועט באפרידיגן שפאניע, וועלכע וועט האפנטליך שפירן גענוג רואיג צוריקצוגעבן לאקאלע קאנטראל פאר די אויטאריטעטן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.