ניי אויף אידישער ווינקל: צוריק אין צייט סעריע, מיט ארטיקלען און בליקן, ‘צוריק אין צייט’.
די ארטיקל ווערט געספאנסערט דורך:
“Jell Tel”
Make Better Business Calls
HD Voice Calls, Clear Cut Pricing, Feature Rich and Dedicated Customer Service
Visit 💻www.JellTel.com
Call: 📞+1-855.535.5835
אונזער קאלענדער איז פיל מיט געשעענישן, פאסירונגען, פרייליכע און דאקעגן טרויעריגע, אלעס איז איין קייט פון אידישע היסטאריע, וועלכע שפינט די געשיכטע פון דעם עלטסטן פאלק אויף דער וועלט, מיט וואס א טאג נענטער צום גאולה.
דער קאלום וועט אריינפאלן דא מזמן לזמן, מיט אידישע היסטארישע קאפיטלען.
ט”ו סיון – 4 יאר זינט פארכאפונג און מארד פון 3 בחורים
א טרייסל האט ארומגענומען אידן איבער דאס גאנצע וועלט, הערנדיג איבער געמישטע באריכטן וועלכע זענען ארויפגעשווימען אום ט”ו סיון תשע”ד.
אלעס האט זיך אנגעהויבן אין א ליל שישי, ווען 3 יוגנטליכע בחורים וועלכע זענען אהיימגעפארן פון ישיבה, האבן געווארט ביים גוש עציון געגנט, צו כאפן א “טרעמפ”, וואס איז באקאנט אלס א “היטש”, ביים אלון שבות אינטערסעקשאן.
די דריי זענען געווען גלעד מיכאל שער, א 16 יעריגער פון טלמון, וואס האט געלערנט אין ישיבת מקור חיים אין כפר עציון. יעקב נפתלי פרענקל, אן איזראעלי און אמעריקאנער בירגער, 16 יאר אלט, אויך א תלמיד פון מקור חיים. דער דריטער איז שוין געווען אביסל עלטער, דער 19 יעריגער איל יפרח פון אלעד, וואס האט געלערנט אין ישיבת שבי חברון.
א גע’גנב’עטע יאנדעי i35 מאדעל קאר האט זיך אפגעשטעלט פאר זיי, די דריי זענען איינגעשטיגן, און מיט א גליטש אין די רעדער האט זיך דער קאר געלאזט ווייטער אויפן רייזע. א רייזע וואס איז פאר די דריי בחורים געווען פיל א ווייטערע רייזע ווי זייער אריגינעלער פלאן, דאס איז נעבעך געווען א רייזע צו יענעם וועלט.
אום 10:25 אויפדערנאכט, האט זיך דער טעלעפאן צוקלינגען ביים פאליציי ביורא, ווי איינער האט געשעפשעט “מ’האט מיר פארכאפט”, ווען פון די הינטערגרונד האט מען געהערט “קאפ אראפ” געשרייען מיט א שווערע אראבישע אקצענט, וואס האט נאכגעפאלגט מיט שיסערייען. דער פאליציאנט האט זיך נישט צופיל צוטון געמאכט דערפון, וויסנדיג אז זייער אסאך יונגען וואס גייען ליידיג, זוכן זיך אביסל אויפמערקזאמקייט און דראמא, און דערפאר האט ער אראפגעלייגט דעם טרייבל און געגאנגען ווייטער.
דורכאויס דעם נאכט האט אופיר שער, דער פאטער פון איינע פון די 3 בחורים, אריינגערופן צו אלארמירן די פאליציי איבער זיין זון וואס איז פארלוירן געגאנגען. ערשט דאן האט מען צוזאמענגעשטעלט אז די טעלעפאן רוף פון אנהייב נאכט האט אפשר א פארבינדונג מיט די פרישע באריכט. אבער זיי האבן זיך נאכאלץ נישט צופיל צוטון געמאכט פון אים. דער פארצווייפלטער טאטע האט עטליכע מאל גערופן מיט פאניק, און זיך געבעטן אז מען זאל עפעס טון, צו אפירזוכן זיין זון.
ערשט אום 6:00 פארטאגס האבן די פוילע פאליציי לייט אנגעהויבן צו ארבעטן אויף א זוך-אקציע. נאכן פרובירן צו זוכן און זיי נישט טרעפן, האט מען ארויסגעלייגט זייערע נעמען פאר די פובליק, באגלייט מיט בילדער, אז מען זאל זיי העלפן זוכן. דאס איז שוין געווען שפעט נאכמיטאג, ווען ערליכע אידן האבן מיט קלאפעדיגע הערצער זיך געגרייט אויפצונעמען דעם שבת קודש. ערליכע אידענעס האבן געלייגט צדקה און איינגעריסן ביי לעכט צינדן, אז די פארשוואונדענע בחורים זאלן געפינען ווערן גאנץ און אומגעשעדיגט.
אין די זעלבע צייט האבן די פרייע ציוניסטישע קרעפטן אנגעהויבן די זוך-אקציע מיט אלע סארטן מיטלען, מען האט איינגעשפאנט הונדערטער סאלדאטן, דאס איז אויסער די פילע וואלונטירן וואס האבן ארויסגעהאלפן מיט דעם קאארדאנירטן אקציע.
ווי עס איז קלאר געווארן איז דאס געווען א פארכאפונג, נאכדעם וואס די שפיאנאזש אגענטור זענען נאכגעגאנגען די שטראלן פונעם סעלפאן וואו מ’האט אריינגערופן אין די מינוטן ווען די פארכאפונג איז פארגעקומען, אז דער קאר איז געפארן ערשט צו מערב, אבער דאן זיך אויסגעדרייט און צוריקגעפארן אין ריכטונג פון חברון. דערפאר האט מען גענישטערט אין די געגנט פון חברון, איבערהויפו אין די דורא געגנט וואו די סיגנאלן זענען געקומען צו אן אפשטעל. אזוי אויך האט מען אויסגעשפרייט די זוכערייען קיין יהודה און שומרון.
מען האט געהאפט אז די משכונות וועט מען פרובירן ארויסצושווערצן פון גרעניץ קיין עזה, דערפאר האט מען געשטעלט צענדליגע בלאקאדעס, וואו יעדע קאר איז געווארן אונטערזיכט גאר שטרענג, מיטן פלאן צו כאפן די טעראריסטן רויטהאנטיג.
אבער נוסח מדינת ישראל, האט מען שוין די זוכעריי געזוכט פאר א תירוץ צו אפמעקן אלטע חשבונות. מען האט כסדר באלאגערט און אטאקירט נאך און נאך פרישע כאמאס צילן אין עזה און ארום, פילע טונעלן זענען אויפגעריסן געווארן, מ’האט ארעסטירט ארום 400 כאמאס טעראריסטן, צווישן זיי ארום 50 וואס זענען אהיימגעלאזט געווארן נאכן ארעסטאנטן אויסטויש פאר די מדינת ישראל סאלדאט גלעד שליט, וואס איז געווען א משכון אין די הענט פון די אראבישע מערדער. אזוי אויך האט מען געכאפט און ארעסטירט גאר גרויסע כאמאס קעפ, און געמאלדן אז קיינער גייט נישט אהיים ביז ווילאנג די דריי בחורים קומען נישט צוריק געזונט און פריש.
די טעראריסטן זענען נישט שטיל געבליבן, און פון זייער זייט געשאסן טעגליך א דאזע פון ראקעטן אריין צום מדינת ישראל גרעניץ, וואס איז אפגעענטפערט געווארן מיט לופט אטאקעס פון די ציוניסטישע קרעפטן.
דערווייל האט מדינת ישראל ווייטער געשוואוירן נקמה, און עס איז אויך געהערט געווארן שארפע פארדאמונגען קעגן כאמאס פון פארשידענע וועלט לענדער נאכדעם וואס כאמאס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט, צווישן זיי די אייראפעאישער פאראיין, פראנקרייך, בריטאניע, און אמעריקע. אזוי אויך האט דער פאלעסטינער פירער מאכמוד אבאס פארדאמט די אקט, און געמאלדן וויליגקייט צו העלפן מיט די זוכערייען, אבער אין די זעלבע צייט שארף פארדאמט די אגרעסיעס פון מדינת ישראל.
גאנצע 18 טעג איז דאס לאנד געווען געשפאנט צו זען וואס עס וועט זיך דא אויסקאכן, טאג טעגליך זענען געווען פילע גרויסע מעמדי תפלה ובקשה ביי אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, און דער קידוש השם איז געווען זייער גרויס, צו זען וויאזוי אין אן עת צרה ווערט יעדער פאראייניגט, און איז מתפלל צום באשעפער פאר אן אומבאקאנטער ברודער.
ביים אכצענטן טאג פון די זיכעריי האט א טיטשער געפינען די קערפער פון די דריי פארלוירענע בחורים אונטער א הויפן שטיינער, באדעקט מיט הויכע גראזן, אין א פעלד נעבן דעם שטעטל כאלכול, פון וואו מען האט זיי געפירט צו קבר ישראל.
ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט זענען די בחורים שוין געשאסן געווארן אין די קאר, און דאן האט מען אונטערגעצינדן דעם קאר, וואס די פאליציי האט נאך יענע נאכט געפינען, און זיי האבן איינגעפאקט די קערפער אין א שווארצער פלאסטיק זעקל, אריין אין א צווייטע קאר. דאן האבן זיי פארגעזעצט דעם וועג ביז צו יענע פעלד, וואו זיי האבן באגראבן און פארשטעקט די געהרגעטע.
די רוצחים זענען שפעטער געכאפט און ליקווידירט געווארן, און זייערע הייזער זענען צושמעטערט געווארן. אבער דאס איז נישט געווען קיין גרויסע טרייסט…
השם ינקום דמם.