אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פרישע שאנס אז טראמפ-קים סאמיט וועט יא פארקומען

וואשינגטאן – פרייטאג האט מען געהערט אז עס איז יא נאך פארהאן א שאנס, אז דער סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און דער צפון קארעא פירער קים יאנג אן, וועט למעשה פארקומען, און אפילו אינעם געסקעדזשולטן דאטום פון יוני 12, נאכדעם וואס טראמפ האט געזאגט אז “מיר רעדן שוין ווייטער”, אז עס האט זיך געעפנט פרישע דיאלאג צווישן די צוויי לענדער.

באזונדער האט מען געהערט סטעיטמענטס פון פילע לענדער, אנגעהויבן פון רוסלאנד, פון פראנקרייך, דייטשלאנד, און אויך פונעם יו-ען פירער אנטאניא גוטערעז, אז עס איז אשאד אז טראמפ האט געקענסלט דעם סאמיט. א באריכט האט אויך געצייגט אז כינע לייגט שטארקע דרוק אז דער סאמיט זאל יא פארקומען, ווייל אויב גייט אמעריקע ווייטער מיט א שארפקייט און סאנקציעס, וועט כינע אויך ליידן דערפון.

שבת האט דאס ווייסע הויז געזאגט אז א גרופע ראטגעבער וועלן אין די נאנטע טעג פארן קיין סינגאפור, ווייטער צוצוגרייטן די דעטאלן פונעם סאמיט, אין פאל ס’וועט יא פארקומען. אויך האט צפון קארעא’ס פירער קים זיך געטראפן שבת מיט’ן דרום קארעא פרעזידענט, וועלכער האט נאכדעם געזאגט אז קים איז ווייטער גרייט אויפצוגעבן זיינע נוקלעארע וואפנס, און וויל דעם סאמיט מיט טראמפ.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.