יעצט שטייענדיג נאך יום טוב שבועות ווען אידישע קינדער אומעטום האבן באצירט זייערע הייזער און בתי מדרשים מיט הערליכע שיינע פרישע בלומען, איז נישט מער ווי פאסיג צו כאפן א בליק און כאפן א ווירטואלער באזוך אין די נעדערלאנדס, א געגנט אין וועסטערן אייראפע אויף דרום זייט פונעם ים, וואו עס געפונען זיך ריזיגע שטחים און פעלדער פון אלע סארטן בלומען וואס איר ווילט נאר הערן און געדענקען, איינגעפלאנצט דורך פארשידענע ארטיסטן פון ארום די וועלט.
די פילע בלומען אין די נעטרלענדס פעלדער איז עפעס מער ווי שיין, עס איז אייגענטליך גאר וויכטיג פאר די עקענאמיע פונעם געגנט צו קענען שטיין אויף די פיס. די נעטרלענדס האבן אין באזיץ אזויפיל בלומען אזש זיי פירן אן א צוויי דריטל פון די וועלט’ס בלומען אינדוסטריע. אין אייראפע איז אפגערעדט אז זיי האבן די מאכט פון די בלומען אינדוסטריע, און אלע בלומען פון אייראפע קומען מער ווייניגער פון די נעטרלענדס פעלדער. א דאנק די פארגעשריטענע און שנעלע טראנספארטאציע צו דעליווערן טראנספארטן היינט צוטאגס פון איין לאנד צום צווייטן, קענען די בלומען פון די נעטרלענדס פעלדער אנקומען אין ניו יארק אינעם טאג וואס מען האט איר געשניטן, און זיך פארקויפן פארן פובליקום אויך אינעם זעלבן טאג.
כאטש וואס די נעטרלענדס פעלדער זענען מערסטנס באקאנט מיט זייערע שיינע טוליפ’ס בלומען, האבן זיי אויך אין באזיץ הונדערטער אנדערע פארשידנארטיגע ערליי בלומען פון אלע סארט. די נעטרלענדס האבן אויך די גרעסטע צאל ביימער אין די וועלט פון צוויי סארטן, איינס רופט זיך ‘סאלבאל’ און דער צווייטער בוים רופט זיך ‘שראב’. צענדליגער נייע פארשידנארטיגע מינע בלומען ווערן איינגעפלאנצט יערליך אין די נעטרלענדס פעלדער, מען קען ממש נישט ציילן וויפיל סארט בלומען די נעטרלענדס פעלדער פארמאגן. אבער נאך אלץ שטראצט דאס שטערקסטע ארויס די טויליפ בלום.
אין די זעכצענטער סענטערי אין אייראפע זענען די נעטרלענדס גערטנער געווארן פאפולער, ווען זיי האבן אנגעהויבן אריינבאקומען די טוליפ בלום, די בלומען זענען געווען אזוי שיין אז זייט דעמאלסט האט אייראפע אנגעהויבן צו קוקן אויף די בלומען אינדוסטריע מיט אן אנדערע פערספעקטיוו, אלס א מאראלישע סטאטוס און געשעצטע זאך. די טוליפ בלום אין די נעטרלענדס פעלדער איז דעמאלסט געווארן א גוט געשעפט, ווען מענטשן פון איבעראל זענען געקומען באטראכטן די בלומען, און איבער די נאכט זענען דורכגעפירט געווארן גע’ניבות אויף די בלומען פעלדער, ווען אומגעוואונטשענע עלעמענטן האבן זיך אריינבאקומען אין די פעלדער און גע’גנב’עט פון די בלומען אויפן חשבון פון די אייגענטומער פונעם פלענט. די גרויסע נאכפראגע פאר די טוליפ בלומען דורך די קליענטן האט באקומען דעם נאמען “טוליפאומאניע” אין יענע צייט.
די בעסטער צייט אין יאר צו באזוכן די נעטרלענדס פעלדער איז מער אינמיטן אפריל, וואס דאן שטייען שוין די בלומען מיט זייער פולער פראכט און גלאנץ. באזוכער וואס קומען פריער אינעם יאר, מער אנפאנג פון אפריל צו גלייך נאכן ווינטער, וועלן ווערן אנטוישט ווען זיי וועלן נישט טרעפן די שיינע קאלירטע בלומען וואס זיי האבן זיך געראכטן צו טרעפן, וויבאלד די בלומען זענען נאך צו ראוי. אסאך מאל קען אויסזען מאדנע פאר באזוכער ווען זיין זעהן אז פארמערס שניידן אפ נארוואס געוואקסענע בלומען, דער סיבה דערצו איז וויבאלד עס מאכט זיך אמאל ביי בלומען אז עס וואקסט שנעל און ווערט דערנאך פארטרונקעט אין גאר א קורצע צייט, יעצט ווען דער פארמער שניידט אפ דעם בלום מאכט ער אז דער בלום זאל צוריקוואקסן געזונט און פריש און קענען ארויסקומען מיט איר גאנצער שיינקייט.
אויך געפונט זיך אין די נעטרלענדס גערטנער א פארק וואס ווערט גערופן ‘קאנקויף בלומען פארק’ וואס פארמאגט רייעס פון איבער 7 מיליאן בלומען. די פארק פארמאגט פארשידענע סארטן ערליי בלומען, וואס גיבט ארויס גאר א גוט’ן רייעך. די פארק איז נאר אפן פאר אכט וואכן אינעם יאר אין די צוויי חדשים פון אפריל און מאי, וואס דעמאלטס איז די צייט אין יאר וואס די בלומען שפראצן ארויס. די שטאט האט איינגעפירט שטרענגע רעגולאציעס ארום דעם פארק, און פארבאטן צו פארקן דעם קאר הארט נעבן פארק נאר אין די געגנט פונעם פארק, כדי נישט אנצוזייען טרעפיק אינעם פארק אליינס. באזוכער דארפן פון זייער קאר נעמען א ביציקל און צופארן צו זייער דעסטינאציע וואו זיי ווילן באאבאכטן די שיינע בלומען.
די שענסטע טוליפ בלומען פעלדער זענען אויף דרום זייט פון האלאנד 30 מינוט דרייוו פון אמסטערדאם, אין א געגנט וואס הייסט באלינסטריק. אסאך פון די פעלדער זענען אויף דרום זייט אונטערן ים אין א געגנט וואס איז נישט אזוי באוואוסט.