עזה – מיטל מזרח מידיא קוועלער באריכטן, אז די עגיפטישע רעגירונג האט געלייגט גאר שטארקע דרוק אויף דער כאמאס טעראר גרופע אין עזה, אז זיי זאלן אפשטעלן די ווילדע פראטעסטן ביים גרעניץ צווישן עזה און מדינת ישראל. די ווארענונג איז געקומען נאך א באזוך פונעם כאמאס פיגור איסמאאיל האניא אין קאירא, וואו ער האט זיך געטראפן מיט עגיפטישע רעגירונג באאמטע. לויט די באריכטן האט עגיפטן געווארנט, אז זיי וועלן זיך נישט ארויסשטעלן צו פארטיידיגן כאמאס, אויב וועט די גרופע אנהאלטן זייערע שריט מיט’ן אנרייצן די פאלעסטינער מאסן ארויסצוקומען פראטעסטירן, און די באריכטן געבן אן אז כאמאס האט זיך דערשראקן, און וועגן דעם האט מען דינסטאג — איין טאג נאך די טויטליכע פראטעסטן מיט צענדליגער טויטפעלער — געזען בלויז מינדערוויכטיגע מארשן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.