באגדאד – לויט די עלעקשאן באאמטע אין איראק, איז מוקטאדא על-סאדר דער ווארשיינליכער געווינער און נייער פרעמיער מיניסטער פון איראק, באזיגנדיג די פרא-אמעריקאנער רעגירונג פון ביז יעצטיגן פרעמיער מיניסטער היידאר על אבאדי. על-סאדר איז נישט קיין נייער פיגור אין איראק, און אויב וועט ער טאקע דינען אלס פרעמיער מיניסטער, וועט דאס באדייטן ערנסטע קאפ-ווייטאג פאר אמעריקע. על-סאדר האט זיך ארויסגעשטעלט אלס ראדיקאלער אנטי-אמעריקאנער פיגור אין די מאנאטן און יארן נאך די איראק אינוואזיע אין 03′, און ער האט אנגעפירט באוואפנטע באנדעס וועלכע האבן דורכגעפירט אטאקעס אויף אמעריקאנער זעלנער. ער איז אויך לאנג געווען אליאירט און באפריינדעט מיט איראן, נאר האט אין די לעצטע מאנאטן פרובירט צו לויפן אויף א פלאטפארמע קעגן איראן’ס איינפלוס אין איראק.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.