ספעציעלע דעקונג פראיעקט!
~ שילדערונג דורך מייק מקגארעי א פינאנציעלע עדווייזער פון פילאדעלפיע, וואס האט זיך באטייליגט ביי די קאנצערט
“עס איז געווען ראדיקאל! אומבאשרייבליך! איך בין דארט געווען מיט מיינע קינדער, זיי זענען ארום 20, 22, און 24 און איך בין אלט 50 און איך האב באשלאסן אז איך האב געהאט א גוטן לעבן, און יעצט איז געקומען מיין צייט צו גיין, זאלן כאטש זיי בלייבן דא…
איך האב זיי אונטערגעווארפן, און זיי באשיצט, מיין העמד האט באקומען צייכענונגען פון פיסטריט, צוליב וואס מענטשן האבן אויף מיר געטראטן, און איבערגעטאנצן, פארפאניקטערהייט. כ’האב אבער קיינעם נישט אראפגעשטופט פון מיר, און זיי גערן געלאזט נוצן מיין רוקן אלס א בריק…”
~ עלען דזשאנעטען, 23 יעריגער קאלעדזש סטודענט, אנוועזנדער אויפן סצענע דערציילט זיין אויפפאסונג.
“…ער האט עטליכע מאל אויפגעהערט שיסן, און דאן אנגעהויבן נאכאמאל, זעט אויס ווי ער איז געלאפן נעמען א אנדערע גאן, צוליב וואס זיין גאן איז אויסגעלאפן פון קוילן…”
~ קעט פהיפער, א אנוועזנדער ביים קאנצערט שרייבט. ממש גראד נאך די אטאקע, ווען מ’האט נישט געוואוסט ווער עס לעבט, און ווער נישט. צו בארואיגן קרובים, און פארשטיין געבן וואס דא האט פאסירט.
“יעדער פון אייך, איך בין סעיף, איך ווייס יעדער וואונדערט זיך, איז דעריבער לאמיר אייך קלאר מאכן.
איך קום יערליך צו די מוזיק פראגראם, עס קומט פאר יעדע יאר די צייט אין לאס וועגאס. איינער האט געזינגען. עס איז געווען די דריטע ניגון אין די רייע, ווען מיטאמאל האבן מיר געהערט זעצערייען, מיר האבן געמיינט אז עס איז פייערקרעקערס אלס טייל פונעם פראגראם, און מיר האבן געקוקט פון וואו די גערודער קומט.
דאן האט מען געהערט געשרייען, “מאשין גאנס!” און מיר האבן זיך שנעל אראפגעווארפן צו די ערד, זיך באהאלטענדיג אונטער א באנק ביי א דערנעבנדע באר.
מיר זענען געווען א גרופע פון דריי. האבנדיג א קלארע בליק צו די פענסטער, האבן מיר באשלאסן אז מיר גייען לויפן אין א ווייטערדיגע ריכטונג, פארזיכטיג אבזערווירנדיג ווי דער שיסער צילט די אנדערע זייט, מיר זענען געקראכן אויף די ערד, פארשוויצט, נישט קענענדיג געהעריג אטעמען.
מיר זענען געזעצן שטיל פאר א לאנגע צייט פרובירנדיג נישט ציען קיין אויפמערקזאמקייט, ער האט געשאסן און גענומען 5 סאקונדעס’דיגע אפשטעלן, די בולעטס זענען געקומען נענטער און נענטער צו אונז, כ’האב שוין געווארט עס זאל מיר דערגרייכן און ברענגען אן ענדע צו די שרעק.
ענדליך האבן מיר געהערט געשרייען, פון די פאליציי אפיצירן “לויפט, לויפט! גייט אוועק פון דא, און דאן האבן מיר געמאכט פליטה