וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט פרייטאג געלאזט הערן, אז אמעריקע און צפון קארעא האבן שוין ענדגילטיג באשטימט די דעטאלן פונעם היסטארישן סאמיט צווישן אים און דער צפון קארעאר דיקטאטור, קים יאנג אן, אריינגערעכנט וואו עס וועט פארקומען און ווען עס וועט פארקומען – און מ’דערווארט אז די דעטאלן זאלן געמאלדן ווערן אין די קומענדיגע טעג.
טראמפ האט ווידערהאלט, אז ער וועט זיין זייער ערנסט ביים סאמיט, און אויב זעט ער אז קים זוכט נישט עכט אויפצוגעבן נוקלעארע וואפנס, וועט ער פארלאזן דעם סאמיט אינדערמיט. טראמפ האט אויך געלייקנט די פארשידענע מידיא באריכטן, אז אמעריקע וועט ארויסציען א פאר טויזנט פון אירע טרופן פון דרום קארעא אלס קאנצעסיע פאר צפון קארעא.