אנטעריא. – קענעדישע אויטאריטעטן באשטעטיגן אז אלעק מינעסעין, דער פארשוין פארדעכטיגט אין זיין דער טעראריסט אין די קאר אטאקע אין טאראנטא, האט געדינט אין די קאנאדישע מיליטער, און פארלאזט זיין אמט נאך 2 מאנאטן. לויט ווי עס זאגט א ווארטזאגער פאר די אפטיילונג פון די נאציאנאלע דעפענס אפטיילונג אין די קאנאדישע מיליטער האט ער געדינט אין די מיליטער פון אוגוסט 23 ביז אקטאבער 25 אין יאר 2017.
מינעסעין דער 25 יעריגער טעראריסט פון ריטשמאנד היל אנטעריא, וואס איז געווארן אנגעקלאגט היינט דינסטאג, מיט 10 קלאגעס פון ערשטע דעגרי מארד, און 13 קלאגעס פון מערדעריי פארזוכן, האט קיינמאל נישט פארענדיגט זיין טרענירונג צו ווערן רעקרוטירט, און ער האט געבעטן צו ווערן באפרייט פון די מיליטער נאך 16 טעג פון דינען.
אין זיין ווילדע אטאקע, ווי ער איז געפארן מיט א געדינגענע ווען אויפן סיידוואולק און אריינגעפארן אין פוסגייער, זענען 10 אומגעקומען, און 14 זענען פארוואונדעט געווארן.
מינעסעין האט אנטיילגענומען אין די טארנעליע סעקאנדערי שולע אין ריטשמאנד היל, ער האט גראדואירט אין יאר 2011.
אין א לינקדאין בלאט וואס דזשורנאליסטן האבן אפירגעזוכט, מיט מינעסעין’ס נאמען און א רייע בילדער פון אים, שטייט געשריבן אז ער איז א סטודענט אין די סענעקע קאלעדזש פון 2011 ביז היי יאר.
ער האט געוואוינט 20 מינוט אוועק אין ריכטונג פון צפון זייט, פון וואו ער האט דורכגעפירט די אטאקע, און פאליציי האבן געשטורעמט דעם הויז, זוכנדיג באווייזן, און פאר מענטשן וואס קענען רעדן.
שכנים וואס וואוינען ארום דעם הויז האבן געזאגט פאר די פאליציי אז זיי קענען זיך נישט גוט מיט די פאמיליע אבער זעען אז זיי לעבן גאר שטארק פאר זיך.