אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פראנקרייך’ס מאקרון קומט קיין וואשינגטאן

פאריז – דער פראנצויזישער פרעזידענט, עמאניועל מאקרון, וועט היינט אנקומען קיין וואשינגטאן, וואו פרעזידענט טראמפ וועט אים אויפנעמען אין ווייסן הויז, און עס וועט זיין דאס ערשטע מאל אין טראמפ’ס קאדענץ וואס אן אויסלענדישער פירער וועט באקומען אן אפיציעלן “סטעיט נאכטמאל” אין ווייסן הויז.

אין בעפארברייטונג צום פריינטליכן באזוך, האט מאקרון נעכטן געגעבן א לענגערע אינטערוויו אויף “פאקס ניוז”, אין וועלכע ער האט זיך אנטזאגט אריינצורעדן אין דאמעסטישע אמעריקאנער פאליטיק, און האט צווישן אנדערן געזאגט אז ער האפט צו קענען איבערצייגן טראמפ צו לאזן דעם איראנער נוקלעארער אפמאך אין קראפט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.