אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פוטין וועט באזוכן ווייסן הויז; טראמפ וועט באזוכן מאסקווע

וואשינגטאן – דער רוסישער אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו, האט געמאלדן אז פרעזידענט טראמפ האט מסכים געווען אויפצונעמען דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, פאר אן אפיציעלן באזוך און געשפרעכן אין ווייסן הויז. טראמפ’ס איינלאדענונג איז געקומען בשעת ער האט גערעדט טעלעפאניש מיט פוטין עטליכע וואכן צוריק, אים צו גראטולירן פאר’ן געווינען ווידערוויילונג.

לעווראוו זאגט אז פוטין האט אקצעפטירט טראמפ’ס איינלאדענונג, און אז טראמפ האט געזאגט פאר פוטין אז ער וואלט געווען פרייליך צו פארן קיין מאסקווע פאר א באזוך מיט פוטין דארטן. קיין דעטאלן פון די ביידע באזוכן זענען דערווייל נאכנישט אויסגעארבעט געווארן, אבער עס וועט זיין דאס ערשטע מאל זינט יאר 13′ וואס אן אמעריקאנער פרעזידענט וועט באזוכן דארטן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.